“כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים”
און דעם קונטרס קומען מיר בודק צו זיין בדחילו ורחימו וואס עס איז דער מקור פון די “פאקטן” און וויסנשאפט אין מציאות’דיגע זאכן וואס ווערן דערמאנט אין חז”ל וואס אויף דעם זענען געבויעט גאנצטע מצוות און הלכות. און אי”ה וועלן מיר גרונטליך מברר זענען און פראבירן צו פארשטיין די שורשים פון די ענינים, ויהי רצון אז די אלע וואס גייען אין די פינסטער און פארשטייען נישט וואס עס גייט פאר, זאלן זעהן די ליכטיגע ליכטיגקייט פון פארשטיין זאכן גרונטליך.
די קונטרס איז פארשפרייט געווארן ברבים, און האט געברענגט אסאך הצלחה, און נאך די פארלאנג פון די ליינער און לערנער, ברענגן מיר עס דא און א צווייטע אויפלאגע, מיט אסאך הוספות.
עס איז מקובל ביי אונז, אז פונקט ווי תורה שבכתב (תנ”ך) און תורה שבעל פה (משניות, גמרא) זענען געגעבן געווארן אויפן בארג סיני, אזוי אויך די וויסנשאפטליכע זאכן וואס ווערן געברענגט אין גמרא זענען איבערגעגעבן געווארן איש מפי איש פון בארג סיני, און ממילא מוז עס זיין אמת אויף אייביג. און אזוי שטייט טאקע אין גמרא (מסכת ראש השנה כא ע”ב), אז פופציג ‘טויערן’ פון פארשטאנד זענען דא אויף די וועלט, און ניין און פערציג זענען איבערגעגעבן געווארן פאר משה.
און אזוי שרייבט אויך דער רמב”ן אין זיין הקדמה צו ספר בראשית: “אלעס וואס שטייט אין די ספרי נביאים, מעשה מרכבה און מעשה בראשית, און אלעס וואס די חכמים האבן געהאט מקובל, אין די פיר כוחות וואס (פייער, וואסער, ווינטן, און ערד) זענען דא אויף די וועלט, און די כוחות פון דומם צומח חי מדבר, אלעס איז געגעבן געווארן פאר משה רבינו וכו’ וכו'”, דאס אלעס איז די ידיעות אין וויסנשאפט און פארשטאנד פון חז”ל, און אויף זייער קלוגשאפט שטייט, אז אויב אונז האבן די פארשטאנד פון מענטשען האבן זיי געהאט די פארשטאנד פון מלאכים.
און כדי בודק צו זיין די ידיעות פון חז”ל, וועלן מיר אנהייבן מיט די ענין פון שרצים, ובעזרת ה’ וועלן מיר איבערווייזען אז ווי עס זעהט אויס האבן חז”ל נישט גוט מקבל געווען, אדער האבן זיי נישט גוט פארשטאנען משה רבינו, און עס קומט אויס אז זייער ידיעה און די ענינים איז געווען פונקט ווי די ידיעה פון די חכמי הגוים אין יענע צייטן, גארנישט מער.
פאר איך הייב אהן מיט ידיעת חז”ל, וויל איך מקדים א יסוד וואס איז אונז באקאנט מיט די פשוטסט’ע וויסנשאפטליכע און סייענטיפישע הבנה, דאס איז די שאלה אויב עס איז דא אזא מציאות אז עס זאל געבוירן ווערן א לעבעדיגע זאך נישט פון א אנדערע לעבעדיגע זאך, נאר פשוט פלוצלינג פון זיך אליין, פון א דומם?
די פריערדיגע האבן געגלייבט אז באשעפענישן אזוי ווי שרצים ורמשים (ווערים, לייז,וכדומה), און אפילו פיש און מייז (געוויסע סארט), ווערן באשאפען פון שימל. די מיינוג איז ווי עס זעהט אויס געקומען פונעם פאקט עס מען האט געטראפען ווערים וכדומה אין שימל, און מיטן טריקענעם אויג האט מען נישט געזעהן קיין אנדערע לעבעדיגע זאך פון ווי עס קען קומען. א דאנק דער פליאזאף אריסטו, איז דער מיינוג געווען פארשפרייט אין ביאלאגיע אינעם מיטל אלטער ביזען זיבעצענסטער יאר הונדערט. אבער היינט איז שוין קלאר איבערגעוויזען געווארן אז לעבעדיגע זאכן ווערן נישט באשאפען ‘נאר’ דורך זייערע עלטערן וואס האבן ענליכע DNA, און א לעבעדיגע זאך קען נישט קומען נאר פון א לעבעדיגע זאך. קיינמאל ווערט נישט א לעבעדיגע זאך באשאפען פון א דומם.
יעצט לאמיר זעהן וואס חז”ל זאגן אויף דעם.
אין מסכת שבת (ק”ז ע”ב) שטייט אז “לייז האבן נישט קיין קינדער” ממילא, לויט די חכמים מעג מען זיי הארגענ’ן שבת, און רש”י (דף י”ב ע”ב) איז מסביר, אז לייז האבן נישט קיין קינדער, “נאר ווערן באשאפען פון די פלייש פון א מענטש”. און תוספות (שם ד”ה: שמא יהרוג) איז שוין מער ‘מסביר’, “איין מין איז דא וואס שפרינגט, און דאס קומט פון די ערד, און איין מין איז דא וואס קריכט אויפן קאפ, און זי קומט נישט פון קיין טאטע מאמע נאר ווערט באשאפען פון שוויץ, ממילא מעג מען זיי הארגענ’ן”. און דער רא”ש (פרק ראשון, אות כ”ט) שרייבט אז זיי ווערן באשאפען פון אלטע קליידער.
און דער ר”ן (ד”ה אמר רב הונא) שרייבט: דאס וואס די גמרא זאגט ‘וכל הפרעוש’ וואס זיי טאר מען נישט הארגענ’ן שבת, דאס מיינט די שפרינגע’דיגע לייז, און ער פרעגט, איי פארוואס טאר מען זיי נישט הארגענ’ן זיי קומען דאך אויך פון די ערד און נישט פון קיין עלטערן, ענטפערט ער אז דאס וואס עס פעהלט אויס עס זאל קומען פון עלטערן איז נאר ממעט צו זיין אזאלכע וואס ווערן באשאפן פון שימל אזוי ווי כינים, אבער אזאלכע וואס ווערן באשאפען פון די ערד האבן יא א חיות פונקט ווי אזאלכע וואס זענען יא פרה ורבה און איינער וואס הארגעט זיי איז חייב.
וואס קומט ארויס פון דעם אלעם איז, אז לויט חז”ל האבן לייז נישט קיין קינדער, נאר זיי זענען זיך מחולק פונקטליך ווי אזוי יעדע מין ווערט באשאפען, לויט רש”י פון מעטשליכע פלייש, לויט תוספות פון שוויץ, לויטן רא”ש פון אלטע קליידער, און די שפרינגעדיגע לייז ווערן לויט טייל יא באשאפען פון טאטע מאמע, און לויט טייל פון די ערד.
נאך מער דארף מען מדייק זיין, די גמרא אין שבת (ק”ז ע”ב) פרעגט: “ווי אזוי קענסטו זאגן אז לייז האבן נישט קיין קינדער, אונז האב מיר דאך געלערנט אז ‘יושב הקב”ה וזן מקרני ראמים ועד ביצי כינים” [די באשעפער שפייזט יעדעם פון א וויזל-טיר ביז די אייער פון די לייז (זעהט מען דאך פון דעם אז לייז לייגן אייער, וואס לכאורה מיינט דאס אז פון דעם קומען ארויס זייערע קינדער), און די גמרא ענטפערט אז ניין, די אייער פון די לייז מיינט אז עס איז דא מין לייז וואס ווערט אנגערופן ‘ביצי כינים'”. איז על כל פנים זעהט מען פון דעם קלאראז חז”ל זענען געווען זיכער ביי זיך אז לייז האבן נישט קיין קינדער נאר ווערן באשאפען פון א דומם.
עפעס וואס מיר ווייסן היינט קלאר אז עס איז א טעות.
ווען מיר האבן געוויזען די אלע אויבנדערמאנטע גמרות פאר תלמידי חכמים וואס זוכן צו פארשטיין דעם אמת, זענען געקומען אפאר וואס האבן פראבירט מיר אפצופרעגן און אויפווייזען אז איך בין נישט גערעכט. ווען זיי האבן גארנישט געקענט טרעפן מיר אפצופרעגן (און מיט דעם פארענטפערן דברי חז”ל) פון די תורה’דיגע און הלכה’דיגע ספרים, האבן זיי פראבירט פון די ‘ספרים חיצונים’ די סייענטיפישע ספרים פון די גוים. און זיי האבן זייער גוט געטוהן מיט’ן גיין זוכן אין סייענס, ווייל דארט איז דא איין ציל: חוקר ודורש זיין יעדע זאך גרונטליך, אהן קיין שום זייטיגע נגיעות, און די איינציגסטע ציל פון די סייענטיסטן איז צו מברר זיין און נאכגיין זאכן כדי צו וויסן דעם אמת. האבן זיי מיר געוויזן אינעם בוך “אנציקלופדיה החי והצומח של א”י” (ארויסגעגעבן דורך דער ‘משרד הביטחון’ אין ישראל, מען קען דעם בוך טרעפן אין יעדען פובליק לייבערי אין א”י, אין עס קען זיין שטארק נוצבאר עס צו ליינען) וואס דארטן שטייט אז “עס זענען דא לייז וואס האבן קינדער דורך זייערע בתולין [דאס איז א וועג פון האבן קינדער דורך די מאמע אליין אהן א טאטע]” ממילא האבן זיי געוואלט טענה’ן אז דאס מיינען חז”ל, אבער יעדער פארשטענדליכער לערנער פארשטייט אז דאס איז בכלל נישט דאס, מיר פרעגן איין זאך און זיי ענטפערן גענצליך עפעס אנדערש. אדער האבן זיי בכלל נישט פארשטאנען וואס מיר פרעגן, אדער האבן זיי נישט פארשטאנען וואס זיי האבן געליינט אינעם אנציקלופדיע, אדער פארדרייען זיי אונז סתם א קאפ. דאס וואס עס שטייט אינעם בוך אז זיי האבן קינדער דורך זיך אליין, איז געהעריג פריה ורביה, געהעריגע קינדער, נאר די מאמע גיבט אליין די חלקים וואס ביי אנדערע מינים קומט עס פונעם טאטען, דאס הייסט דען “אז זיי ווערן באשאפען פון שימל”? דאס הייסט דען א לעבעדיגע זאך וואס ווערט געבוירן פון א דומם? א לייז וואס ווערט געבוירן פון א מאמע אליין איז מיט אלע פרטים א קינד פון די מאמע, און וואס פארא שייכות האט דאס בכלל צו שוויץ אדער שימל וכדומה?
בקיצור: די אלע מיני תירוצעם זענען גארנישט ווערט, און אדרבה, עס ווייסט אונז נאר אויף נאך שטערקער אז עס איז נישט דא אזא מציאות אז א לעבעדיגע זאך זאל באשאפען ווערן פון זיך אליין, וואס דאס האבן חז”ל פראבירט זאגן אויף לייז, לא היה ולא נברא.
און נאך מער פון דעם, די מיני לייז וואס ווערן דערמאנט אין די אנציקלופדיע, זאגן די חוקרים אז מען טרעפט זיי נאר על פי רוב ביי פייגלעך, און אמאל אמאל ביי חיות, אבער זיי קענען בכלל נישט לעבן אויף קיין מענטשען, ממילא איז דאך ברור אז עס קען נישט זיין אז דאס האט די גמרא געמיינט, ווען די גמרא רעדט קלאר פון לייז וואס זענען אויפן קאפ אדער אויף די קליידער פון א מענטש.
אזוי אויך דער רמב”ם אין ספר המצוות (מצוות לא תעשה קע”ז), רעכענט אויס דעם איסור פון עסן שרצים וואס קענען נישט האבן קיין קינדער אלס א באזונדערע לאו פון די 356 לאווין, און לויט איז דאס איינע פון די 613 מצוות, וזה לשונו: שהזהירנו מאכילת השרצים המתהוים מן העפושים וכו’ וזהו ההפרש בין אמרו השרץ השורץ על הארץ ובין השרץ הרמש על הארץ כי השרץ השורץ הוא השרץ שיש בו כח המוליד בדומה כי הוא ישריץ על הארץוהשרץ הרומש הוא השרץ המתהוה מן העפושים שלא יוליד הדומה לו וכו’, עכ”ל. קלארע ווערטער, אז עס איז דא לייז וואס ווערן נישט געבוירן פון קיין עלטערן, און “קענען נישט געבוירן קיין קינדער” (מיט די ווערטער פרעגט ער קלאר אפ די אויבנדערמאנטע טענה אז דאס מיינט קינדער וואס קומען נאר פון א מאמע).
און אין מצוה לא תעשה קע”ט רעדט ער נאכאמאל פון דעם, און ער איז דארט מסביר דעם ענין מיט אריכות, און ער פירט אויס מיט גאר שארפע ווערטער קעגן די וואס טענה’ן (עפעס וואס מיר ווייסען היינט אז דאס איז דער מציאות) אז עס איז נישטא אזא זאך, וז”ל: ואינו נמנע התלד הנמלה או הצרעה המתילדת מן העפושים וזולתם ממיני העופות והשרצים מן העפושים בתוך האוכל אלא אצל הסכלים שאין בהם ידיעה בחכמת הטבע, און אנדערע ווערטער, “נאר נערנים וואס ווייסען נישט דעם מציאות קענען זאגן אז עס עקסיזטירט נישט אזאלכע לייז”….
און יעצט טייערע ליינער, איך האף האסט פארשטאנען קלאר וואס דא גייט פאר: לויט די קלארע ווערטער פון חז”ל, האט דער רמב”ם קובע געווען א הלכה למעשה, און ער רעכענט אויס אלס איינע פון די 613 מצוות, די מצוה פון “נישט עסן לייז וואס ווערן באשאפען פון שימל”.
אבער היות לויט ווי מיר ווייסען קלאר, לא היו דברים מעולם, אין אינעם באשעפערס וועלטעל זענען קיינמאל נישט געווען אזאלכע מיני שרצים, קומט דאך אויס אז דער מצוה איז קיינמאל נישט נוגע געווען, (און עס איז נישט אזוי ווי די מצוות פון קרבנות וכדומה, וואס אפילו היינט איז עס נישט נוגע, איז אבער געווען א צייט וואס עס איז יא נוגע געווען) ממילא פון די רגע וואס דער מצוה איז געמאכט געווארן, איז עס געמאכט געווארען אויך א מציאות’דיגע טעות, און ממילא האט עס נישט קיין שום קיום, קומט דאך אויס אז עס נאר דא 612 מצוות, און אלע ענינים וואס זענען תלוי אין די צאל פון די 613 מצוות (ווי למשל, די גימטריא פון ציצי”ת מיט די 5 קניפען און 8 פעדעמער, וואס באטרעפט 613 ווי דערמאנט אין רש”י מנחות מ”ג ע”ב), און אזוי אויך אלעס וואס איז פארבינדען מיט די צירוף פון 613 ווי די 248 מצוות עשה און די 356 מצות לא תעשה, וואס דארף זיין קעגן די ביינער רון אדערן פון א מענטש, די אלע זאכן שטימען נישט – והמשכיל יחרד ויידום.
נאך א דוגמא פון ‘באשעפענישען’ וואס עקסיזטירן נישט, איז דער מייז וואס ווערט דערמאנט אין מסכת חולין (דף קכ”ו ע”ב) אין די משנה: “א מייז וואס איז האלב פלייש (דאס הייסט האלב א לעבעדיגע מייז) און האלב ערד, איז אויב איינער רירט אן די חלק וואס איז פלייש איז ער טמא, אויב אבער ער רירט אן די חלק וואס איז ערד איז ער ריין”, און די גמרא (דף קכ”ז) לערנט ארויס פונעם פסוק שרץ השורץ וגו’ אז “דאס קומט ממעט צו זיין א מייז וואס איז האלב פלייש און האלב ערד, וואס קען נישט האבן קיין קינדער”.
רש”י אויף די משנה (דף קכ”ו) שרייבט: “עס איז דא א מין מייז וואס ווערט נישט געבוירן פון עלטערן, נאר ווערט באשאפען פון זיך אליין, פון די ערד, אזוי ווי גארבעדזש וואס באשאפט ווערים, און אויב איז נאך נישט באשאפען געווארען די גאנצע מייז, נאר איין זייט, דאן אויב איינער רירט אן די פלייש איז ער טמא, און אויב רירט ער אן די ערד איז ער ריין”.
דער תוספות יו”ט אין חולין (פ”ט משנה ו’), וויל גאר פון דעם מייז ברענגן א ראיה צו בריאת העולם, וז”ל: “וזה לדעתי טענה גדולה על מאמיני הקדמות” עכ”ל. דהיינו אז פון דעם מייז איז א ראיה אז די וועלט איז באשאפען געווארן און נישט אייביג געווען, אזוי ווי די מייז.
און נישט נאר די ראשונים האבן אזוי געהאלטן, נאר אפילו די אחרונים האלטן זיך נאך צו דעם. דער תפארת ישראל (חולין פ”ט, משנה ו’,) שרייבט (בנוגע דער מייז), אז אפילו ער האט געהערט אז עס עקזיסטירט נישט אזא מייז, עם כל זה שרייבט ער אז “איך האב געהערט אז די אפיקורסים מאכן חוזק פון דעם בריה (מייז) וואס די משנה דערמאנט דא און ווערט אויך דערמאנט אין סנהדרין, און זיי זאגן אז עס עקזיסטירט נישט אזא זאך, פיהל איך פאר וויכטיג צו דערמאנען וואס איך האב געזעהן אין א אלטע דייטשע ספר וואס עס האט געשריבן איינע פון די באקאנטע חכמי אומות העולם מיט’ן נאמען ‘לינק’, אין זיין בוך ‘אירוועלט’ חלק א’ עמ’ 327, אז עס איז דא אזא באשעפעניש אין מצרים אין די געגנט ‘טהעבאים’, און דער מייז הייסט ‘שפרינגמוז’, וואס די פאדערשטע חלק די קאפ און די הענט זענען געהעריג, אבער די אונטערשטע חלקים זענען נאך ערד, און נאך אפאר טעד ווערט אלעס געהעריגע פלייש”.
אין משנה ברורה, פונעם חפץ חיים, וואס ער האט געלעבט נאך דעם וואס מען האט שוין געוואוסט אויף זיכער אז א לעבעדיגע זאך ווערט נישט געבוירן נאר פון עלטערן, מיט דעם אלעם פסקנ’ט ער (סימן שטז, סעיף ט, ס”ק לח): “(די איסור פון הארגענ’ן א בעל חי לערנט מען ארויס פון די אילים מאדמים וואס מען האט גענוצט פארן משכן) פונקא אזוי ווי אילים מאדמים קענען האבן קינדער, אזוי אויך יעדע בעל חי וואס קען האבן קינדער טאר מען נישט הרגענ’ן, אבער לייז וואס ווערן נישט געבוירן פון א טאטע מאמע, נאר ווערן באשאפען פון שוויץ, הייסן נישט קיין באשעפעניש”. (ועיין בבה”ל ד”ה להרגה – מנפלאות בריאת השרצים והרמשים ותולעים…).
וואס קומט ארויס פון דעם אלעם איז, אז די פריערדיגע חכמים האבן געהאלטן, און האבן אפילו קובע א מצוה פון די תרי”ג מצוות לויט דעם, אז לעבעדיגע זאכן קענען באשאפען ווערן פון שוויץ און שימל, און די זעלבע האבן דאן געזאגט די חכמי אומות העולם, פשוט מחוסר ידיעה.
היינט וויסן מיר שוין קלאר אז די סברא איז גענצליך אפגעפרעגט, און עס איז נישט דא אזא זאך אז א לעבעדיגע זאך זאך באשאפען ווערן פון א דומם. און יעצט, היות עס איז נישט מעגליך -חס וחלילה- צו זאגן אז דער באשעפער וואס ווייסט אלעס זאל האבן געמאכט דעם טעות, ממילא מוז זיין נישט פון די שכינה הק’, און נישט פון מעמד הר סיני האבן חז”ל גענומען זייערע ידיעות און מצוות נאר פון זייער אייגענעם דעת און מיינוג.
איז וואס קומט אויס פון דעם אלעם איז, אז די אחרונים, ווי למשל דער אויבנדערמאנטע חפץ חיים, זענען געגאנגען מיט א אמונה פשוטה אז אלעס וואס חז”ל האבן געזאגט איז ממש פון באשעפער, און זיי האבן אפילו נישט פראבירט מברר צו זיין צו עס איז אמת צו נישט, און אפילו אויב יעדער האט שוין געוואוסט אז זיי האבן זיך טועה געווען. און, עס איז נישט קיין שום ספק אז די אחרונים זענען געווען און זענען נאך ביז היינט ווי געפאנגען און קינדערידע פשטים אין די ווערטער פון חז”ל, ווי צו זאגן אז “דער באשעפער האט אריינגעקוקט אין די תורה, און מיט דעם באשאפען די וועלט”, וואס דאס מיינט אז אויך יעדער טעות פון יעדע תנא אדער אמורא אין די אין גמרא אדער משנה, וואב דאב איז אויך א חלק פון די תורה, מיט די טעות איז אויך די וועלט באשאפען געווארען….. והמשכיל יידום.
מיר וועלן מסיים מיט די ווערטער פונעם רמב”ם, אין מורה נבוכים (חלק שלישי, פרק י”ד): “זאלסט מיר נישט בעטן איך זאל דיר איך זאל דיר מסביר זיין אלעס וואס חז”ל האבן געזאגט וועגן וועלטליכע זאכן ווי אזוי זיי שטימען מיטן מציאות, ווייל די וויסענשאפט אין זייערע צייטן איז געווען זייער ווייניג ואל תבקשני לתאם כל מה שאמרו [חכמים] לענייני התכונה עם המצב כפי שהוא, לפי שהמדעים באותו הזמן היו חסרים, און זיי האבן נישט געזאגט זאכן ווייל זיי האבן אזוי געהאט מקובל, נאר דאס וואס זיי האבן געהערט פון די מבינים אין זייערע דורות, און נישט וועגן דעם [דאס הייסט ווען מען זעהט אז אסאך זאכן שטימען נישט מיט וואס חז”ל האבן געזאגט] זאלן מיר זאגן אז זאכן וואס מיר זעהן אז עס שטימט זענען נישט אמת, אדער אז נאר פערצופאל איז דאס געשעהן אבער דאס איז נישט דער מציאות, נאר ‘יעדער’ זאך וואס מען קען מען איבערווייזען מיטן מציאות, איז בעסער אנצונעמען דער מציאות ווי אנצונעמען דברי חז”ל“.
קומט דאך אויס אז אפילו לויטן רמב”ם, דער “נשר הגדול” און יסדו פון אונזערע פוסקים, איז די ידיעה פון חז”ל נישט געווען מער פון די ידעות פון די וויסענשאפטלער אין יענע דורות, וואס דאס מיינט, אז זייער וויסענשאפט איז געווען א פאלטשע און פעהלער’דיגע אזא וואס שטומט נישט מיט’ן מציאות, און אוודאי און אוודאי נישט מיט די חכמה און ידיעה פון די שכינה הק’. און עז איז פשוט אז דאס וואס די רמב”ם זאגט אויף די חכמים די זעלבע איז אמת כלפי אלע הלכות אין מציאות’דיגע ענינים וואס ער זאגט, איז אויך נאר געווען אויף די מדריגהאזוי ווי די ידיעה פון די סייענטיסטן און זיינע דורות, גארנישט מער. און ווי אויבנדערמאנט די טעות פון רמב”ם בנוגע די ווערים וואס ווערן [נישט] באשאפען פון זיך אליין, וואו ער אליין איז זיך טועה אין מציאות.
און מיטדעם ענדיגן מיר דעם ערשטען קונטרס, וועגן די ווערים, כדי די טייערע ליינער זאלן פארשטיין, און בודק זיין און גוט נאכגיין א יעדע זאך וואס ווערט געברענגט אין דברי חז”ל, ראשונים און אחרונים ביז צו אונזערע צייטן, צו זעהן אויב עס שטימט מיטן מציאות, און נישט זיין ווי א נער וואס איז מקבל יעדע זאך אהן נאכגיין אויב עס שטימט. און האלט פאר די אויגן די ווערטער פונעם רמב”ם: אז “יעדע זאך וואס מען קען מסביר זיין אז עס זאל שטימען מיטן מציאות, איז בעסער ווי אננעמען זאכן קעגן מציאות פון חז”ל”, ווייל פונעם מציאות דארף מען אויסארבעטן א תורה’דיגע מיינוג, און נישט פארקערט.
און אלס א סיום:
נאכדעם וואס דער (און נאך זיבן) קונטרס איז פארשפרייט געווארן ברבים (אין עברית) האבן מענטשען אנגעהויבן פרעגן אויב מען מעג פארשפרייטן אזאלכע זאכן אין ישיבות, און אין פרומע מקומות.
איז באמת איז די שאלה זייער שווער: פארוואס זאלן די פרומע מעגן זיין פארנומען אזויפיל מיט פארשפרייטן צווישן די פרייע תורה און מצוות אין קונטריסים זיי “מחזיר בתשובה” צו זיין, און די פרייע זאלן נישט מעגן פארשפרייטן זייער חכמה צווישען די פרומע, כדי זיי צו עפענען די אויגן?
אין המודיע האט ר’ מרדכי גרליץ געשריבען אלס א ענטפער צו די שאלה: “עס ליגט א פליכט דוקא נאר אויף די פרייע צו קומען אין זיך אינטערסירן וואס עס טוט זיך אויף די אנדערע זייט, דהיינו ביי די פרומע, מה שאין כן אויף די פרומע ליגט א פליכט צו טוהן פונקט די פארקערטע, זיך איינצושפארן נאר אין זייער זייט, און צו גלייבן נאר אין די אמת וואס ליגט ביי זיי, און נישט צוהערן אפילו נישט מיט א האלבע אויער ח”ו צו די קולות און די טענות וואס די פרייע זאגן, אדער אפילו נאר וואס עס טוט זיך דארט!!”, ממש אזוי איז געשריבען געווארען אין א פרומע צייטונג, דהיינו אז תורה אין אירע חכמין קענען זיך נישט פארמעסטן מיט די טענות און ארגומענטן פון די כופרים, ממילא די מינדעסטע הערן עפעס פון אינדרויסען איז שוין א געפערליכע עבירה…
וויל איך אייך פרעגן: האט שוין איינער אמאל געזעהן אין א פרייע צייטונג א ‘איסור’ צו הערן וואס עס טוט זיך, אדער וואס די פרומע האבן צו זאגן? זעהט אויס אז די פרייע זענען מער איבערצייגט אין די אמת פון די זאכן אין וואס זיי גלייבן (אדער גלייבן נישט), א סאך מער פון וויפיל די פרומע זענען איבערצייגט אין די אמת פון זייער גלויבן, און אין די שטארקייט פון זייער גלויבן אז עס זאל קענען ביישטיין די טענות פון די וואס גלייבן נישט דערין, אז אפילו נאר ‘כאפן א בליק’ וואב טוט זיך אויף די אנדערע זייט קען זיין פאטאל.
און הוספות זענען איבריג…..