“מנין שמצווה על האדם לחשב תקופות ומזלות? שנאמר כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. איזו חכמה ובינה שהיא לעיני העמים הוי אומר זה חישוב תקופות ומזלות”(שבת ע”ה).
אויך אונז – דעת אמת – ווילן האבן א חלק אין די גרויסע מצוה פון חישוב התקופות, דאס איז א הערליכע חכמה וואס דורך דעם דערקענט מען די גרויסקייט פונעם באשעפער פון די וועלט, נישט אזוי?
אין דעם קונטרס וועלן מיר מבאר זיין דעם ענים פון תקופות און מזלות, און זיך בעיקר פארלייגן איבער די זמן פון די באנייאונג פון די לבנה. (חידוש הלבנה איז די זמן העובר צווישן איין מולד אין צווייטן.)
די גמרא אין ראש השנה (כה ע”א) “אמר להם רבן גמליאל כך מקובלני מבית אבי אבא, אין חידושה של לבנה פחותה מעשרים ותשעה יום ומחצה ושני שלישי שעה וע”ג חלקים” (שעה = תתר”ף חלקים). די לבנה באנייעט זיך נישט אין ווייניגער ווי 29 א האלב טעג, און 2 דריטל שעה און 73 חלקים. (שעה=1080 חלקים).
די מאמינים און די חוזרים בתשובה נעמען דעם ענין פאר א ראיה ברורה אז די חכמת חז”ל זענען מפי השכינה, ווייל עס שטימט טאקע געוואלדיג אפילו לויט די היינטיגע חשבונות.
אבער איז דאס א חכמת אלקי ברוח הקודש?? וויסן זאלסטו אז די בבלים האבן שוין געוויסט פון דעם לאנג ביפאר דער אבי אבא פון דער אבי אבא פון דער אבי אבא פון ר’ גמליאל איז בכלל געבוירן געווארן!
מיר האבן די כתבים פון צוויי אסטראנאמיע צענטערן Nabu-rimmani” און ,“Kidinu” וואס דארטן טרעפט מען די פונקטליכע חשבון, און דאס איז 400 יאר פאר די זמן פון ר’ גמליאל!!
די בבלים האבן דאס אויסגערעכענט דורך א פשוטן חשבון פון צוטיילן די זמן פון צוויי ליקוי לבנה’ס, און ווען אלכסנדר האט איינגענומען בבל איז די חכמה אריבער צו די הענט פון די יונים, און אלעס וואס אבי אבא של ר’ גמליאל האט געוויסט, איז גאר געווען פון די בבלים און די יונים!
און א סימן אז וואס מיר זאגן איז אמת, וועלן מיט צוטאטן אן אבן עזרא און א רמב”ם.
דער אבן עזרא (דניאל פרק ט’ פסוק כד) ברענגט צו די שיטת חישוב הלבנה, און זאגט נישט קיין ווארט אז דאס איז עפעס א הימלישער סוד אדער חידוש, נאר מאכט עס פאר א פשטות וואס יעדער פשוטער מענטש קען אליין אויסרעכענען.
און די רמב”ם (קידוש החודש פרק י”ז הלכה כד) שרייבט קלאר און אפן אז די חכמים ווייסן דאס פון די חכמי יון! “היא חכמת התקופות והגימטריות שחיברו בה חכמי יוון ספרים הרבה והם נמצאים עכשיו ביד חכמים… ומאחר שכל אלו הדברים בראיות ברורות הם… אין חוששין למחבר בין שחיברו אותם נביאים בין שחיברו אותם האומות.”
דורך דעם קומט אויס אז אנשטאט “כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים” דארף מען ווען זאגן “כי היא חכמת העמים ובינתם לעיניכם”.
איין רגע, וואלט ווען נישט געווען שיין פון חז”ל כאטשיג עס נאכצוזאגן בשם אומרו?!
לאמיר אבער צוריקגיין צום עצם מימרא פון רבן גמליאל, אויף וואס עס זענען פארהאן אסאך שוועריגקייטן.
א) דער אבן עזרא ברענגט א ברייתא (שמות יב) “הרוצה לידע מקום הלבנה יחשוב שנות העולם ויעשה מהם ויתן לכל חדש כ”ט יום וחצי ושתי ידות שעה” (92 און א האלב טעג מיט 2 דריטל). און דער אבן עזרא ווייזט אויף אז עס פעלט די ע”ג חלקים וואס רבן גמליאל לייגט צו.
און אזוי שרייבט אויך ר’ אברהם הנשיא בספר העיבור, אז די חשבון איז 92 א האלב טעג מיט 2 דריטל, אָן די ע”ג חלקים.
ב) מען טרעפט אין ערגעץ נישט אז א שעה ווערט צוטיילט אויף 1080 חלקים.
אין תוספתא (ברכות פ”א) שטייט: א שעה האט 24 עונות, א עונה האט 24 עתים, א עת האט 24 רגעים. קומט אויס אז די שעה האט 576 עתים און 13824 רגעים, און עס ווערט בכלל נישט צוטיילט אויף 1080 אין ערגעץ נישט.
ג) און דאס איז די שווערסטע פון אלע, רבן גמליאל’ס חשבון איז בלויז א ‘דורכשניטליכע’ חשבון און נישט די אקטועלע חשבון אזוי ווי עס איז באמת. ווי די אבן עזרא שרייבט (בא) “שפעמים יהיה בין מולד העיבור למולד אמיתי פעם להוסיף ופעם לגרוע קרוב מי”ד שעות”. און ווי די רמב”ם זאגט (הלקה”ח פ”ו ה”ג) אז אסאך מאל איז די חשבון מיט 14 שעה מער אדער ווייניגער.
און די רמב”ם איז מפרש די מאמר הגמרא “אמר להם רבן גמליאל לחכמים כך מקובלני מבית אבי אבא פעמים שבא בארוכה ופעמים בקצרה”.
אויב קען עס זיין בקצרה, איז זיך ר’ גמליאל אליין סותר ווען ער זאגט אין חידושה של לבנה פחותה מעשרים ותשעה יום ומחצה ושני שלישי שעה וע”ג חלקים..? עס איז דאך א סתירה מיניה וביה.
אלא מאי, מוז מען בעל כרחך זאגן אז די ווערטער ‘ומחצה ושני שלישי שעה וע”ג חלקים‘ איז צוגעלייגט געווארן סאך שפעטער דורך אן אומוויסענדער מענטש וואס דאס האט צוגעברענגט צו א סתירה.
און דאס איז נישט די איינציגע הוספה אדער זיוף וואס מען טרעפט אין די גמרא, נאר מען טרעפט אזוילכע ביישפילן אין מער ווי איין פלאץ.
די גמרא אין סנהדרין (מ”א ע”ב) אמר רב אסי אמר רבי יוחנן, עד כמה מברכין על החודש עד שתתמלא פגימתה. וכמה? נהרדעי אמרו עד ששה עשר. – ברכת החודש איז ביז די 16טע טאג.
רש”י איז מפרש: “עד שתתמלא פגימתה, אבל בתר הכי לא שייך למימר מחדש חדשים שהרי כבר נושנת היא”. ברכת החודש איז נאר ביז ווילאנג די לבנה איז נאך גרויס און שטארק. ווייל איינמאל עס הייבט שוין אן קלענער צו ווערן – וואס דאס איז נאך די 16טע טאג – טאר מען מער נישט מאכן קיין ברכת החודש.
דער בית יוסף ברענגט די דעת המרי”ל (בסימן תכ”ו) אז עס מיינט נישט דוקא די 16טע טאג, עס מיינט ביז האלב פון 29 און א האלב טעג מיט 793 חלקים (רבן גמליאל’ס חשבון בגמרא הנ”ל). און אזוי פסקנט אויך די רמ”א אין או”ח סימן תכ”ו.
און אפילו די חפץ חיים – וואס האט געלעבט אין די לעצטע דור, ווען מען האט שוין געוויסט מער איבער דעם אמת’ן חשבון – פסקנ’ט אין משנה ברורה (תכ”ו ס”ק י”ט בבאורו לדברי הרמ”א) אז קידוש החודש איז ביז האלב פון 29 און א האלב טעג מיט 793 חלקים.
און זיי אלע האבן נישט פארשטאנען אז דאס איז נישט די ריכטיגע צייט ווען די לבנה איז באמת נתמלא פגימתהאדער ווייניגער, ווייל – ווי שוין פריער אויסגעשמועסט – איז רבן גמליאל’ס חשבון בלויז דורכשניטליך, און נישט פונקטליך אקוראט.
אין די ספרים פון היינטיגע גדולים, טרעפן מיר ראיות צו אונזערע ווערטער אז די חכמות האט מען מקבל געווען פון די יונים.
הרב חיים קניבסקי שליט”א (הקדמה שקל הקודש) שרייבט “ואמרו בשם מרן החזו”א זצ”ל שאעפ”י שהרמב”ם העתיק החשבונות שבפרקים האחרונים של קידוש החודש מהגוים כמש”כ בספי”ז מ”מ אחר שהרמב”ם כתבם נעשה תורה ממש והלומדם לומד תורה“.
איז דאס אזוי?? ווען דער חכם זאגט איבער א ווארט פונעם גוי, ווערט דאס קודש קדשים?? אז א לומד תורה שרייבט איבער א ספר פון א גוי, ווערט דאס דברי אלקים חיים?! דאס איז דאך א מורא’דיגע אויפטוה פונעם הייליגן חזון איש.
און בכלל איז א ווינדער אויף ר’ חיים שליט”א, איך האב דורכגעלערנט זיין ספר ‘שקל הקודש’, און עס איז מיר א פלא היתכן ער ברענגט בכלל נישט צו די חכמות און ידיעות וואס מיר ווייסן היינט מער ווי אמאל. פארוואס האלט ער זיך ביי די אמאליגע טעות’דיגע ידיעות מיט פארמאכטע אויגן?
נאר מעשה אבות סימן לבנים, און פונקט ווי זיין טאטע דער סטייפלער גאון האט זיך פארמאכט די אויגן בענין מחזור הדם (עיין בקונטרס 2 פה בדעת אמת) אזוי אויך טוט דער זוהן. אוי לבריות מעלבונה של תורה.