דאס אינהאלט: דאס אז יעדער איינער וואס זאל נאר אביסל נאכפארשטן אין די היסטאריע פון די תורה און נאכקוקן און איבערטראכטן איהר אנפאנג און איהרע יסודות, וועט אנטפלעקט ווערן פאר זיינע אויגן אז ס׳האט זיך אסאך געטוישט איהר אינהאלט און איהר שריפט, און אז אין יעדע דור האט זיך די טראדיציע געטוישט.
אין דעם ארטיקל ווערן אראפגעברענגט פסוקים פון די תורה און מאמרי חז״ל. חודש אדר א’ תש”ס לפ”ק “אפשר ספר תורה חסר אות אחת? וכתיב לקוח את ספר התורה הזה, אלא עד כאן הקב”ה אומר ומשה כותב, מכאן ואילך הקב”ה אומר ומשה כותב בדמע” (בבא בתרא טו עא). (=די גמרא פרעגט – קען דען זיין אז עס פעלט אין די ספר-תורה איין אות, און די צייט וואס שטייט אין פסוק ״לקוח את ספר התורה הזה״? נאר מוז זיין אז ביז דא האט דער אויבערשטער געזאגט און משה האט געשריבן, און פון דא און ווייטער האט דער אויבערשטער געזאגט און משה האט געשריבן מיט טרערן). און דער רמב״ם פסק׳נט (הלכות ספר תורה פרק עשירי): שאם חיסר אות אחת או הוסיף אות אחת פוסל ספר תורה ואין בו קדושת ספר תורה. (=אויב ס׳פעלט אדער ס׳איז צוגעלייגט איין אות פסל׳ט עס די גאנצע ספר תורה, און ס׳האט נישט דאס הייליגקייט פון א געווענליכע ספר תורה). ס׳איז באוואוסט אז ס׳איז דא אזעלכע וואס האלטן פאר א גרויסע און שטארקע יסוד פון אמונה אז די תורה וואס ליגט היינט אין אונזערע הענט דאס איז פונקט די זעלבע ווי וועלכע ס׳איז געגעבן געווארן פאר משה רבינו אויפן ״סיני״ בארג, די וועלן גלויבן אז דאס זעלבע נוסח וואס מיר ליינען היינט, אלע בוכשטאבן (אותיות), ווערטער, פסוקים, און קאפיטלען, דאס איז געגעבן געווארן פאר אונזערע עלטערן מיט דריי טויזנט און דריי הונדערט יאהרן. אזוי אויך וועלן זיי גלויבן אז דאס איז א צייכן און פעסטשעעל (הוכחה) צו די הייליגקייט פון דאס נוסח און צו זיין געטליכער מקור, ווייל פון איין דור צום צווייטן איז אריבער געגאנגען די נוסח מיט א פעסטע באגלייבטקייט, און ס׳איז נישט געווארן קיין שום שינוי, ניטאמאל איין אות, און די ספר-תורה מיט זיין אייביגע נוסח ליגט אין אונזערע הענט אין די היינטיגע טעג, אזוי ווי די אויבנדערמאנטע גמרא. און יעצט, נאכדעם וואס מיר האבן שוין בשעה טובה ומוצלחת פארשפרייט אכט קונטרסים אויף די תורה שבעל פה, זענען מיר געקומען די דעת אמת רעדנער און דעם דאזיגן קונטרס אריינגיין אין די טיפענישן פון די תורה וואס דאס איז תורה שבכתב. און כדי צו נאכקוקן דער עניין פון די ספר-תורה וואס ליגט און אונזערע הענט צו זעהן אויב ס׳איז געשעהן אין דעם ענדערונגען במשך פון די אלע דורות אדער נישט, דארפן מיר נאכקוקן אלע איינצלהייטן די שריפט און די שפראך, די אויסשטעל און אויסלייג פון די אותיות, און פארשטענדליך אויך די טעקסט צו זעהן די צאהל פון די אותיות, ווערטער, און פסוקים. מיר וועלן אנפאנגען צו קלאר מאכן וועלכע שריפט די תורה איז געשריבן געווארן ווען ס׳איז געגעבן געווארן, און גמרא (סנהדרין כא ע״ב) שטייט אזוי: “אמר מר זוטא ואיתמא מר עוקבא בתחילה ניתנה תורה לישראל בכתב עברי [כתב דעץ הקדום] ולשון הקודש, חזרה וניתנה להם בימי עזרא בכתב אשורית ולשון ארמי, ביררו להם ישראל כתב אשורית ולשון הקדש”. (ד. ה. אין אנפאנג איז די תורה געגעבן געווארן אין ״כתב עברי״ [דאס איז דער אור-אלטער *דעץ* שריפט] און לשון הקודש, און שפעטער איז דאס איבער געגעבן געווארן אין עזרא׳ס צייטן אין כתב אשורית [דאס איז די היינטיגע כתב וואס מיר פארמאגן] אין אויפן ארמישן שפראך, און די יידן האבן אויסגעוועלט כתב אשורית און לשון הקודש). און אין ירושלמי (מגילה פרק א’ ה”ט) געפונען מיר: “אמר ר’ לוי מאן דאמר בדעץ [הכתב העברי הקדום] ניתנה התורה [אות] עין מעשה ניסים”. דאס הייסט אז די פארמאכטע אות וועלכע איז געווען איינגעקריצט אין די לוחות און איז געשטאנען אויף א נס איז די אות עין לויטן אור-אלטן כתב עברי, וועלכע האט אויסגעזעהן אזוי: O. און אזוי אויך שרייבט ר’ יוסף אלבו אין ספר העיקרים (מאמר שלישי פרק טז): “וכאשר עלו מבבל ראו לעשות זכר לגאולה השנית ועשו זה בשני דברים האחד שהניחו כתב עברי ובחרו להם כתב אשורי”. (= ווען די יידן זענען ארויף פון בבל האבן זיי געזעהן צו מאכן א געדענק צום צווייטן גאולה, האבן זיי עס געטוהן מיט צוויי זאכן, זיי האבן אפגעלאזט די כתב עברי, און האבן אויסגעוועלט די כתב אשורי). און ער ברענגט אויך א ראיה פון דער רמב״ן וואס איז געווען אין די שטאט ״עכו״ און האט געטראפן א מטבע וואס איז געווען געשריבן דערין אין דער אור-אלטער ״כתב עברי״. די אויבנדערמאנטע גמרא אין סנהדרין ברענגט טאקע רבי יהודה׳ס דעה אז די תורה איז יא געגעבן געווארן אין כתב אשורי: “ולמה נקרא שמו אשורית שמאושרת בכתב”, אבער די דעה קען בכלל נישט בלייבן שטיין קעגן די קריטיק, ווייל יעדער פאשטאנדיגער מענטש פארשטייט אז עזרא וועלכער איז ארויף קיין ארץ ישראל מיט די רשות פון ״כורש״, האט מיטגעברענגט מיט זיך די כתב אשורי וואס איז דעמאלטס איינגעפירט געווארן, (למעשה, די ״כתב אשורי״ דאס איז די ארמישע כתב וועלכע די בבליים און די אשורים האבן אנגענומען, און דער קעניג ״כורש״ האט דאס געמאכט פאר די אפציעלע כתב פון זיין קעניגרייך. אין די צייט פון “מתן תורה” האט נאך די כתב נישט עקזיסטירט, נאר ס׳איז פארבריצירט געווארן הונדערטער יאהרן שפעטער). חז”ל ווי זייער שטייגער פארדרייען דעם לשון, און זיי האבן פארדרייט ״אשור״ צו ״מאושרת״, און אלעס איז זיי קלאר געווארן דורך דעם. די זעלבע וואס זיי האבן געטוהן ווען זיי האבן פארדרייט ״כורש״ צו ״דריוש״ זאגנדיג אז ער איז געווען א מלך ״כשר״ (ראש-השנה ג ע״ב) טראצדעם וואס די צוויי זענען געווען אנדערע קעניגן, יעדער אין זיין צייט. אבער פארדרייען ווערטער האט גארנישט צו טוהן מיט די אמת׳ע פאקטן. און איינער וואס וויל זיך פארטיפן אין דעם, קען נאכקוקן אין די היסטאריע ביכער פון די אור-אלטע מיטל מזרח. דו, וועלכער זוכט נאכן אמת, וועסטו זעהן דאס אז נאך ווען ס׳איז אנגענומען געווארן די כתב אשורי אין עזרא׳ס צייטן זענען אויך געשעהן שינויים אין די אויסשטעל פון די אותיות, אזוי ווי ס׳שטייט אין גמרא (שבת קד ע”א): “מנצפ”ך [האותיות הכפולות] צופים אמרום”, (דאס הייסט אז די נביאים האבן געמאכט די אותיות פון מנצפ״ך), נישט אז זיי האבן מחדש געווען די אותיות, נאר מ׳האט נישט געהאט געוואוסט וואס קומט אינמיטן א ווארט און וואס אין די ענד. האסטו דא נאך א הוכחה אז די ענד פון די ווערטער זענען פארגעסן געווארן פון אונזער פאלק, און א שיינע דוגמא קען מען טרעפן אין ישעיה (ט, ו): “לםרבה המשרה”, (וראה שם). אבער נישט נאר אין די סוף פון די ווערטער איז געשעהן טוישונגען נאר אויך אין די פאנט (גופן) פון די אותיות, אזוי ווי מיר טרעפן אין גמרא (מנחות כט ע”ב): “אמר רב אשי חזינא להו לספרי דווקני דבי רב דחטריה לגגיה דחית ותלו ליה לכרעיה דהא”. (= רב אשי האט געזאגט: איך האב געזעהן די פונקטליכע סופרים פון רב׳ס הויז פלעגן לאזן הענגען דאס פיסל פון די אות ה׳), און אין די היינטיגע צייטן אויב א ארטאדאקסישער סופר זאל נאר אזוי שרייבן די אות ה״א וועט מען פסל׳נען די גאנצע ספר תורה [און מסתמא אויך דעם סופר…] (שו”ע או”ח לב כה). און אזוי אויך טרעפן מיר אין ירושלמי (מגילה פרק א ה”ט): “תורת הראשונים לא היה הא שלהם ולא מם שלהם סתום וכו’ אנשי ירושלים היו כותבין ירושלם ירושלימה ולא היו מקפידים ודכותה צפון צפונה תימן תימנה”. (= די פריערדיגע סופרים פלעגן נישט מקפיד זיין צו שרייבן א פארמאכטע ה״א אדער מ״ם, און אזוי אויך די ירושלימ׳ער יידן פלעגן נישט מקפיד זיין און שרייבן אנשטאט ירושלם – ירושלימה, אדער צפון – צפונה, תימן – תימנה). פון דעם אלעס זעהן מיר אז די שפראך פון די תורה און איהר כתב און אזוי אויך די אויסזעהן פון איהרע אותיות און די וועגן פון איהר אויסלייג – האבן זיך געטוישט און פארדרייט אין די לויף פון די יאהרן, און די הוכחות צו דעם איז נישט נאר פון סייענטיפישע פארשונגען נאר פון אפענע און בפירושע גמרות אדער ראשונים. און כדי צו מסכם זיין דעם ענין וועלן מיר ברענגען די ווערטער פונעם רדב”ז (חלק ג’ סי’ תמב): “קשיא לך הא דגרסינן בסנהדרין בתחילה נתנה תורה לישראל בכתב עברי ולשון הקודש חזר ונתנה להם בימי עזרא בכתב אשורי ולשון ארמי וכו’ וקשה להני תנאי ואמוראי שהכתב שניתנה בו התורה נשתנה לגריעותא כולי האי עד שהיו משמשים בו באיגרות ובמטבעות ובכל דבר שאין בו קדושה כלל והניחוהו להדיוטות וכו’ והכתב שנתחדש ע”י מלאך וכתב בו עזרא את התורה יש בו כ”כ קדושה וכו’ ועוד קשה שהרי סודות גדולות מקובלות איש מפי איש בציור האותיות ובציור השמות ותלויים בהם הרים גדולים וחוברו ספרים רבים מכמה שנים והציורים כולם באותיות אשוריות ולא בעבריות וכו’ וכן בספר הזוהר לרשב”י וכן בספר אלקנה ורבים כאלה וכו’ אלא כך הם הצעתן של דברים כי עשרת הדברות הכתובים על הלוחות לכ”ע היו בכתב אשורית וכו’ וזה הכתב לא היו מכירין בו אלא מלאכי השרת וכו’ ומיד נתן הלוחות בתוך הארון ולא יצאו משם ונגנז בימי ירמיהו הנביא ולא ראה אותם אדם וכו’ ומרוב קדושת הכתב לא ניתן רשות למשה שיכתוב בכתב אשורי ונתנה להם בכתב עברי שהיו משתמשים בו שם ועבר”. (= ער פרעגט פון די אויבנדערמאנטע גמרא אז די תורה איז געגעבן געווארן מיט כתב עברי און לשון אשורית אז לויט דעם איז די כתב אשורית גארנישט אזוי הייליג אין די צייט וואס אלע קמיעות און סגולות און דרשות אין זוהר אדער אנדערע ספרי קבלה זענען געבויט אויף די כתב און אויף די שפראך, ענטפערט ער – אז לויט יעדן איינעם זענען די לוחות געשריבן געווארן אין כתב אשורית [און דער רדב״ז האט דא פארזעהן די אויבנדערמאנטע ירושלמי מגילה פרק א’ ה”ט] נאר קיינער האט עס נישט געקענט זעהן נאר די מלאכים און די לוחות זענען געווען באהאלטן, און מ׳האט נישט גענוצט די כתב וועגן זיין גרויס הייליגקייט ביז עזרא׳ס צייטן). און מיר האבן שוין געזעהן די וועג פון אונזערע רבנים אז ווען זיי פארהאנקערן זיך מיט א שווערע קשיא, מאכן זיי אויף א נייע פאקט פון בויך ארויס, און זאגן אז דאס קומט פון משה רבינו אליינס אויפן ״סיני״ בארג און ס׳איז געווען באהאלטן צווישן יחידי סגולה ווען די איבעריגע פשוטע מענטשן האבן נישט געוואוסט דערפון. און מיר האבן שוין געשריבן אויף דעם ווען זיי האבן אויפגעמאכט די תקופה פון ״רב אדא״ (אין קונטרס נומער 6). און דו, טראכט גוט אריין דערין וועסטו זעהן אז לויט יעדן איינעם איז דא זיכער נישטא קיין קלארע מסורת וואס איז אריבער געגאנגען פון טאטע צו זוהן. נאך וואס מיר האבן קלאר געמאכט מיט פעסט געשטעלטע הוכחות אז די גאנצע כתב איז געטוישט געווארן, און די אויסזעהן פון די אותיות זענען פארענדערט געווארן אין די לויף פון די יאהרן, וועלן מיר יעצט ברענגען א גרויסע ראיה אז אויך פסוקים ווערטער און אותיות זענען נעלם געווארן פון די ספר תורה וואס עזרא האט מיטגעברענגעט מיט איהם, ווייל די גמרא זאגט אין קידושין (ל’ ע”א): “לפיכך נקראו ראשונים סופרים שהיו סופרים כל אותיות שבתורה, שהיו אומרים וו דגחון [ויקרא יא מב] חציין של אותיות ס”ת וכו’ בעי רב יוסף וו דגחון מהאי גיסא או מהאי גיסא? א”ל ניתי ספר תורה ואימננהו וכו’ א”ל אינהו [דורות הקודמים] בקיאי בחסרות ויתרות אנן לא בקיאנן”. (= די פריערדיגע ראשונים זענען באטיטלט געווארן מיטן נאמען סופרים ווייל זיי האבן געציילט די אותיות פון די תורה, און זיי האבן געזאגט אז די אות וא״ו פון דאס ווארט גחון איז א האלב פון די אותיות פון די תורה, האט רב יוסף געפרעגט אויב די וא״ו איז פון די זייט אדער פון די אנדערע זייט? האט מען איהם געענטפערט: זאלן מיר נעמען א ספר-תורה און ציילן וועלן מיר זעהן. זאגט דערויף די גמרא: די פריערדיגע דורות זענען געווען בקי אין אלע חסרות ויתרות אבער מיר זענען נישט בקי דערין). ערשטנס, א בפירושע עדות האבן מיר דא פון די אמוראים אז מיר זענען נישט באקאנט אין די ״אותיות הניקוד״, און יעדע ווארט אין די תורה וואס איז דא אין דעם – אדער ס׳האט געקענט זיין אין דעם – אזעלכע אותיות, קען מעגליך זיין אז ס׳שוין פארגרייזט געווארן. און וועסט זעהן אן אינטרערסאנטע און וויכטיגע זאך, אז ווען מיר האבן איבערגעקוקט די מיטעלסטע אות פון די היינטיגע ספר-תורה, קומט עס אויס צו זיין די אות *א* פון *הוא לה׳* (ויקרא ח’ כח). קומט אויס אז ס׳איז דא א פעלנדע לאך פון 3 קאפיטלען – וואס איז אזוי ווי 94 פסוקים און טויזנטער אותיות – צווישן די ספר-תורה פון די גמרא׳ס צייטן צו די ספר-תורה אין היינטיגע צייטן! גיי ווייס וועלכע וויכטיגע זאכן און אפשר גאר עטליכע מצוות זענען נעלם געווארן פון אונז אין יענע דריי פרקים וועלכע זענען שוין מער נישטא. און די גמרא זעצט פאר און זאגט: “ת”ר 5888 פסוקים הוו פסוקי ספר תורה”. (דאס הייסט אז עס זענען דא 5888 פסוקים אין די ספר תורה). און היינט ווייסן מיר צו זאגן נאר פון 5845 פסוקים! און ס׳האט זיך שוין געוואונדערט אויף דעם דער מנחת שי אין זיין ספר (ויקרא פרק ח’ פסוק ח’): “וישם עליו את החושן חצי התורה בפסוקים כן כתוב בספרים. וקשיא לי הא דאמרינן בקדושין והתגלח חציין של פסוקים ועוד קשה דתניא התם ת”ר ח’ אלפים ותתפ״ח פסוקים [גירסת הגמרא אצלנו ה’ אלפים] הווין ס”ת ופסוקי דידן חסרים ממנין זה למאות כי כפי החשבון הנמסר בכל החומשין עולה פסוקי התורה 5845 ונוכל לומר שאין אנו בקיאין בפסוקין ועדיין אין דעתי נוחה בזה כי ההפרש גדול מאוד ותשבי יתרץ”. קוק נאר און זעה ווי שטארק און פראבלעמאטיש די קשיא איז אז ער האט געמוזט איבערלאזן די ענטפער פאר אליהו הנביא. און טאקע נאר אזא איינער וואס פארעקשנ׳ט זיך צו גלייבן אז ס׳איז גארנישט פארענדערט געווארן אין די תורה קעגן קלארע פאקטן און אפענע גמרות ער מוז צוקומען צו אליהו׳ס חסדים. און מיר וועלן געבן צו פארשטיין ווי אזוי די היינטיגע מסורה איז נישטא כמעט קיין שינויים צווישן א ספר-תורה וואס קומט פון אשכנז, צפון אפריקע אדער תימן. דער ענטפער איז זייער פשוט, דער אויבערשטער האט געוואלט מזכה זיין די וועלט און ער האט איינגעפלאצט וויסנשאפט אין די גויים און זיי זענען אויפגעקומען מיט די דרוקעריי, און אין יאהר 1524 למניינם האבן זיי ארויסגעגעבן די ״מקראות הגדולות״ אין די דרוקעריי פון דניאל בומברג. און ווער איז דער מגיה וואס האט איבערגעקוקט וואס לויט איהם איז אויסגעשטעלט געווארן די נוסח פון די תורה אין אלע פארשטופטע ערטער? דאס איז געווען נישט קיין אנדערער פון ״יעקב בן חיים מתוניס״, וועלכער איז שפעטער געגאנגען און זיך געשמד׳ט! (ראה אנציקלופדיה עברית ערך יעקב בן חיים). די נוסח פון דעם משומד איז ארויסגעגאנגען צו אלע לענדער, און לויט איהם זענען געדרוקט געווארן שפעטערע ספרים, און ס׳איז געווארן צושפרייט אין אלע גלות לענדער. קוק און זעה וואס שטייט אין מסכת סופרים (פ”ו הלכה ד’) (און ענליכע ווערטער קען מען געפונען אין ירושלמי מסכת תענית פרק ד’ ה”ב): “א”ר שמעון בן לקיש שלשה ספרים נמצאו בעזרה “ספר מעונה” “ספר זאטוטי” “ספר היא” באחד מצאו כתוב “מעון” ובשנים כתוב “מעונה אלהי קדם” קיימו שנים וביטלו אחד, באחד מצאו כתוב “וישלח את זאטוטי בני ישראל” ובשנים מצאו כתוב “וישלח את נערי בני ישראל” וקיימו שנים וביטלו אחד, באחד כתוב “אחד עשר הוא” ובשניים מצאו כתוב “אחד עשר היא” וקיימו שנים וביטלו אחד”. (= ). קענסטו זעהן פון דא אז דריי ספרים און פארשידענע גירסאות זענען איבער געדרייט געווארן פאר איין גירסא. און פארשטיי: ריש לקיש וועלכער איז געווען די צווייטע דור פון די אמוראים, און אין זיינע צייטן איז דער בית-המקדש חרוב געווען העכער צוויי הונדערט יאהר, און ער האט קיינמאל נישט געזעהן די עזרה, און קיינמאל נישט געקענט ליינען די ספרים וועלכע האבן זיך געפינען דערין, נאר פון זיינע ווערטער קענסטו זעהן אז אזוי איז געווען די שטייגער פון די חכמים ביים פאררעכטן די גרייזן אין ספר-תורה, נישט דורך א מסורת וועלכע איז אריבער פון איין דור צום צווייטן, נאר זיי זענען געגאנגען נאך ״רוב״, טראצדעם וואס ס׳קען גאר זיין אז טאקע די צוויי זענען די פארגרייזטע. און כדי צו פארשטיין ווי ווייט ס׳איז געגאנגען, קוק וואס מיר האבן אויבן געברענגט פון מסכת סופרים, און וויסן זאלסטו אז די ווערטער “אחד עשר הוא” אדער “אחד עשר היא” געפונען זיך אינגאנצן נישט אין די תורה! און טאקע וועגן דעם זענען דער ״פני משה״ און דער ״קרבן העדה״ געקומען און געענטפערט אז מ׳טרעפט אין די תורה 11 מאהל דאס ווארט “היא”, און זיי האבן צוגעצייכנט אז אזוי איז עס אין די מסורה. און אויב דו גייסט נאכקוקן אין די תורה (הוצאת קורן וועלכע איז אנגענומען ביי אלע גדולי תורה) וועסטו טרעפן אז ס׳איז דא נאר 4 מאהל “היא” און נאך 7 מאהל דאס ווארט “והיא”. און דאס איז לויט דער מנחת שי (בראשית יד ב) וועלכער האט מכריע געווען (בגירסת “היא” “והיא”) קעגן די מסורה פון זיינע צייטן, און ער שרייבט: “והנני אציג לפניך מסורת שכתב הרמ”ה ז”ל שהיא יותר ברורה ממסורתנו”. (=און האט וועל איך דיר צייגן די מסורה וואס דער רמ״ה ז״ל האט געשריבן וואס איז קלארער פון אונזערע מסורה), און ער האט אפגעלאזט די מסורה פון זיין צייט וועגן די מסורה פון די רמ״ה. און ווען מיר האבן איבערגעקוקט די תנ״ך וואס ווערט אויסגעטיילט פאר די צה״ל סאלדאטן (הוצאת עדי בע”מ וועלכער איז באקוקט געווארן דורך אהרון דותן לויט די כתב יד פון לענינגראד, און אויף דעם האט מען זיך פארלאזט ביי די פראגראם פונעם שו״ת בר-אילן פראיעקט) האבן מיר געטראפן 8 מאהל “היא” און נאך 9 מאהל “והיא”, א טאטאל פון 17 מאהל. דאס הייסט 6 שינויים צווישן די גירסת קורן און גירסת בר אילן וואס ביידע זענען דורכגעקוקט געווארן דורך די בעסטע מגיהים פון אונזער דור! און אויב אין די צייט פון די קאמפיאטער און די סקענער זענען אריינגעפאלן גרייזן צווישן די מערסט איבערגעקוקטע ספרי-תורה, וואס קענען מיר שוין זאגן אויף די ספרי תורה אין די צייט פונעם גלות און אלע צרות? קום אהער און זעה נאך מער פון דעם: גרייזן פון גאנצע ווערטער. די גמרא אין שבת (מט ע״א) זאגט: “אבות מלאכות ארבעים חסר אחת כנגד מי? וכו’ אמר ר’ שמעון ברבי יוסי בן לקוניא כנגד מלאכה מלאכתו ומלאכת שבתורה ארבעים חסר אחת” (= קעגן וואס שטייען די 39 אבות מלאכות? ענטפערט די גמרא קעגן די 39 מאהל וואס ס׳שטייט מלאכה, מלאכתו, מלאכת, אין די תורה), אבער אונז שטייען מיר געשטוינט נאך וואס מיר האבן איבערגעקוקט אין די היינטיגע ספרי-תורה, און דאס זענען די רעזולטאטן: מלאכה 24 מאהל, מלאכת 19 מאהל, מלאכתו 4 מאהל. א סך-הכל פון 47 מאהל! און פון וואו אהין זענען צוגעקומען גאנצע אכט ווערטער? נאר ווידער דאס איז וואס מיר האלטן און איין זאגן: אסאך און ערנסטע גרייזן זענען געשעהן אינעם לויף פון די יאהרן אין די נוסח פון די תורה שבכתב. אזוי ווייט זענען די שינויים, אז אפילו אין געוויסע הלכות וואס זענען ארויס געלערנט דורך איבעריגע ווערטער זענען דא גרייזן, אזוי ווי ס׳שטייט אין מנחות לד ע”ב וואס ברענגען “טוטפות”, (מיטן אות ו”ו צווישן די אות פ”א און די ת”ו) וממנו דורשין הלכה שתפילין של ראש ארבע בתים להם. וזה כלל אינו נמצא במסורה אצלנו ועיין תוס’ שם. וכן בסנהדרין ד’ ע”א – “קרנות” עם ו”ו וגם זה אינו במסורה אצלנו. וכדי להמחיש את השיבושים בחסר ויתר עיין במחזור ויטרי סימן תקיח, שהוא מתלמידיו של רש”י. הוא מנה חלק מהמסורות הנמצאות במדרשים ויש שיבוש של 19 אותיות. הנה כך כתב בהקדמתו בעל המנחת שי, שהוא מבעלי המסורה: “והיה כי ארכו לנו הימים בגלותנו כשלו ברכנו ורפו ידנו וכו’ כי לא לבד נעשית התורה כשתי תורות אלא בתורות אין מספר וכו’ תורה נביאים וכתובים אין אומר ואין דברים אשר אין בהם בלבולים מלאים טעויות מחסרות ויתרות טעמים ונקודות קריין וכתיבן וכו’ ובראותי אני הצעיר באלפי את המקרה בלתי טהור הזה אשר קרה את כל הספרים ואת המסורות ובפרט בחסרות ויתרות וכו’ ונתתי אל ליבי לעמוד בפרץ וכו’ ולראות ספרי תורה החשובים והמעולים שראוי לסמוך עליהם ולנטות בהם אחר הרוב וכו’ כמו שעשו חכמים בשלשה ספרים שמצאו בעזרה וכו’ גם תקנתי כמה מסורות משובשות קצתם מסברא וקצתם מפי מסורות אחרות כתב יד”. הרי לך בהירות לשונו והגינות דבריו המעידה כאלף עדים ששינה נוסחי ספר התורה וסמך על הרוב, ולפעמים רק על סברתו שלו. ונוסח תורה מסיני מה היה עליו? וכן העיד המאירי בספרו “קרית ספר” בהקדמה: “וסיבת המחלוקות הנמצאים בין הספרים הוא אמנם מה שהתחלנו לבאר שבזמן הגלויות הראשונים אבדו הספרים ונטלטלו החכמים והבקיאים במקראות ובהגיע תור אנשי כנסת הגדולה ואמץ השם את לבבם להחזיר התורה ליושנה מצאו מחלוקת בין הספרים והלכו בהם אחר הרוב וכו’ וכאשר לא נמצא רוב לדון אחריו קיימו את שנראה להם לקיים לפי דעתם וכאשר לא השיגה יד שכלם כתבוהו בדרך אחד וקראוהו בדרך אחרת (הקרי והכתיב) וכו’ ואחריהם נתחדשו מחלוקות בין המדקדקים כמו שידעת במחלוקת בן אשר ובן נפתלי וכו’ ומכאן אני חוכך לומר שכל חסר ויתר שאין הדבר ברור בו כל כך וכו’ אין פוסלין בהם ספרי תורה”. און אזוי שרייבט ער אויך אין די ענדע פון זיין צווייטע מאמר: “ואם יש מחלוקת אף בין הספרים דנין על פי הרוב”. (= און אויב ס׳איז אויך דא א מחלוקת צווישן די ספרים זאל מען גיין לויטן ׳רוב׳). ומחמת שיבושי העתקות מספר לספר פסק הרמ”א בשו”ע ס’ קמג ה”ד: “משום חסרות ויתרות אין להוציא אחרת שאין ספר תורה שלנו מדויקים כל כך שנאמר שהאחרת יהיה יותר כשר”. היינו, שכל הנוסחים חשודים בשיבושים, ואין יתרון לספר אחד על משנהו. און איינער וואס וויל פארברייטערן זיינע ידיעות אין דעם חשוב׳ן ענין זאל אריינקוקן אין דעם וואונדערליכן ארטיקל וואס האט געשריבן פראפעסער מנחם כהן: “האידיאה בדבר קדושת הנוסח לאותיותיו וביקורת הטכסט” (מתוך הספר “המקרא ואנחנו” בעריכת פרופ’ אוריאל סימון, הוצאת דביר 1987 ת”א). יפה ונבונה מסקנת מחקרו, והוא אומר: “קיומה של אידאת קדושת הנוסח לאותיותיו בתקופתנו צריך להיות מבוסס על הפרשנות ההלכתית בלבד. היינו, היא חייבת לינוק את תוקפה לא מן הקביעה שבני אדם הצליחו לשמר את הנוסח כדמותו וכצלמו בכל מהלך מסירתו, אלא מן האמונה שניתנה סמכות לבני אדם לקבוע בהכרעות הלכתיות את דמותו של הנוסח המוסמך לאותיותיו, והדמות שנקבעה היא המחייבת מבחינה הלכתית גם אם מבחינה היסטורית יתברר שאין היא נכונה לכל פרטיה”. רוצה לומר, קדושת הנוסח רק מוסכמה אנושית היא (“לא מן הקביעה…אלא מן האמונה”), כי ברור לכל דורש אמת שנוסח התורה אכן השתנה הרבה מאוד במשך הדורות, ועיין היטב במאמרו זה. האט האבן מיר געזעהן אז די שפראך פון די תורה האט זיך געטוישט, און ס׳איז צוגעקומען אסאך פארדרייטע ווערטער, און די כתב וועלכע ס׳איז געשריבן געווארן איז שוין אויך פארביטן געווארן, און אז איהר נוסח איז באשטימט געווארן לויט רוב און לויט די גברא און ס׳איז נישט איבערגעגעבן געווארן פון איין דור צום צווייטן, און ס׳איז מער נישטא קיין שאטן פון א ספק אז דער נוסח וועלכער איז היינט אין אונזערע הענט איז בכלל נישט ענדליך צו די נוסח פון בשעת ׳מתן-תורה׳. און יעצט וועלן מיר זעהן אז אויך די פארשידענע און פארגרייזטע נוסחאות זענען בכלל נישט אריבער פון איין דור צום צווייטן אין אלע דורות. “ויאמר חלקיהו הכהן הגדול על שפן הספר ספר התורה מצאתי בבית ה’ וכו’ ויהי כשמע המלך את דברי התורה ויקרע את בגדיו וכו’ ויצו המלך את כל העם לאמר עשו פסח לה’ אלהיכם ככתוב על ספר הברית הזה כי לא נעשה כפסח הזה מימי השופטים” (מלכים ב’ פרקים כב – כג). און עס האבן שוין מעיד געווען די גדולי ישראל וואס איז געווען. דער רד״ק זאגט (על מלכים ב’ כב ח’): “מנשה מלך זמן רב שהרי מלך 55 שנה ועשה הרע בעיני ה’ כתועבות הגוים ובנה מזבחות לע”ז בבית ה’ והוא השכיח התורה מישראל ואין פונה אליה כי כולם היו פונים אל אלוהים אחרים ואל חוקות הגויים וב –55 שנה נשתכחה התורה”. (= ) און אזוי אויך שרייבט דער רמב״ן (במדבר טו כב) ווען ער איז מסביר ווי אזוי קען זיין אז דער גאנצער פאלק זאל זינדיגן:: “ובקהל, כגון שיחשבו שכבר עבר זמן התורה ולא היתה לדורות עולם וכו’ או שישכחו את התורה וכבר אירע לנו כן בעוונותינו בימי מלכי ישראל הרשעים כגון ירבעם ששכחו רוב העם התורה והמצוות לגמרי, וכאשר בא בספר עזרא באנשי בית שני”, וכוונתו לנאמר בנחמיה ח’ יד’ “וימצאו כתוב בתורה אשר ציוה ה’ ביד משה אשר ישבו בני ישראל בסוכות בחג בחודש השביעי וכו’ וישבו בסוכות כי לא עשו מימי ישוע בן נון כן בני ישראל עד היום”. (= ). און אויך דער כוזרי האט געפרעגט (אין מאמר ג’ אות נד): “לא ראיתי אנשי בית שני אלא שכבר שכחו התורה ולא ידעו מצות הסוכה וכן מצות לא יבוא עמוני ומואבי”. (= ). און דער חבר האט איהם דארט געענטפערט (אות סג): “ומה שאמר וימצאו כתוב ר”ל ששמעו עם הארץ וההמון וחרדו לעשות הסוכות, אבל היחידים לא אבדה מהם מצוה קלה כ”ש גדולה”.(= ). דא זעסטו ווידער אמאל דאס וואס מיר האבן פריער געזאגט אז ווען זיי טרעפן זיך קעגן א שווערע קושיא און זיי מוזן ענטפערן עפעס וואס קיין איינער האט נישט געהאט געוואוסט, הם תולים תירוצם באיזו “התגנבות יחידים” דרך הדורות. אלה היחידים המסתוריים שרק הם ידעו, כביכול, את מה שנעלם מכל המוני בית ישראל. והרי אין ל”יחידים” אלה סימן וזכר בכל מקום שהוא, ואולי כלל לא היו ולא נבראו ובכל אותו הזמן אין לעם לא תורה ולא מצוות. האסטו דא עדות פון די תורה און פון דריי גרויסע גדולים אז די תורה איז טאקע פארגעסן געווארן פון רוב פאלק און אפשר פון די גאנצע פאר יאהרן און פאר דורות. יא! די גאנצע מסורת וואס איז אריבער פון טאטע צו זוהן איז פארגעסן געווארן און אפילו ביי באוואוסטע זאכן אזוי ווי די מצוה פון פסח און סוכה. און טראכט אריין: ביז עזרא׳ס צייטן איז ווידער פארגעסן געווארן די תורה וואס איז פארגעסן געווארן אין מנשה׳ס צייטן. און טראכט נאר א ביסל טיפער אריין דערין און זעה אז צופעליג זענען צוויי זאכן צוזאמגעשטאנען און עזרא׳ס צייטן: איינס, די מצוות און געזעצן פון די תורה פונעם פאלק, און צווייטנס אז פונקט דעמאלטס איז עזרא געגאנגען און געטוישט אינגאנצן די כתב פון די תורה (און אפשר אויך די שפראך) און האט איבער געשריבן די גאנצע תורה פון דאסניי. איינער וואס איז קלוג זאל ציטערן און שווייגן. ווייל נאך ווען ס׳איז שוין צוויי מאל פארגעסן געווארן און ס׳איז איבערגעשריבן געווארן פון דאסניי אין אן אנדער כתב, (און לויט די גמרא – אויך און אן אנדער שפראך), ווער קען דען גאראנטירן אז די תורה וואס איז איבערגעשריבן געווארן איז די זעלבע וועלכע איז פארגעסן געווארן? וואס ס׳איז פארגעסן געווארן איז דאך נעלם, און אונז גייען מיר קיינמאל נישט וויסן וואס איז באמת געווען דערין. |