וידבר ה’ אל משה לאמר נקם נקמת בני ישראל מאת המדינים וכו’ החלצו מאתכם אנשים לצבא ויהיו על מדין לתת נקמת ה’ במידן” במדבר לא א-ג
אין פרשת בלק זעהען מיר אז די תורה איז מתיר צו הרג’נען א איד וואס וואוינט מיט א גויטע ברבים, און מ’מעג אים ערמארדן אהנע בית דין, אהן עדים און אהן התראה. אויך זעהן מיר – מ’זאל נישט מחלל שבת זיין כדי אפצוראטעווען א גוי פון טויט. אין די פרשה גייען מיר עוסק זיין אין די דינים פון הרג’נען א גוי. נישט ווען עמיצער לאזט א גוי אויסגיין אום שבת, אדער ווען א גויטע איז בועל א איד. נאר וואס איז דער דין פון דער וואס הרג’עט סתם א גוי?
יעצט, די נקמה וואס משה האט געטוהן מיט די מדינים איז געווען, דאס הרג’נען אלע זכרים זייערע, און אפילו די קינדער און נקיבות. אלע אויסער די קליינע נקבות וואס זענען נישט ראוי פאר ביאת זכר (מענליכער געשלעכט) די זענען די אונטער דריי יאר, ווי ס’שטייט “ועתה הרגו כל זכר בטף וכל אישה ידעת איש (ראויה ליבעל, רש”י) למישכב זכר הרגו” במדבר לא יז
און אויף וואס ארויף איז געקומען די נקמה אין די מדינים? ווייל זיי האבן צוגערעדט די אידישע פאלק צו מעשי זימה און צו דינען דעם עבודה זרה בעל פעור. [בעל איז איינע פון די כנענישע עבודה זרה’ס, און בעל פעור אויך. און דעם נאמען טראגט עס על שם שפורעין לפניו פי הטבעת ומוצאין רעי, מ’גייט הכנות דערויף. און דאס איז די וועג וויאזוי מ’דינט אים” רש”י במדבר פרק כה ג]
איז דאך קלאר אז די מדיינים האבן נישט געצווינגען די אידן צודינען ע”ז אדער צושלאפן מיט די מדיינישע מיידלעך! אבער אויף דעם אלעם האט גאט און משה געצערנט און ארויסגעגעבן א ווילדע גזירה פון אויס-רצח’נען און אויסמארדן פרויען; קינדער; און קליינע מיידעלעך (און דאס ווערט נישט פאררעכנט פון די מופתים). און דורכאויס דעם גאנצן בלוט-באד האבן זיי נישט פארגעסן די מדינישע מיידלעך — די קליינינקע וואס זיי האבן גענומען אין געפענגעניש ווי ס’שטייט אין במדבר לא יח: “וכל הטף בנשים אשר לא ידעו משכב זכר החיו לכם” ווי אויך האבן זין מקפיד געווען צוגעבן פאר די כהנים און לווים א חלק פונעם אומגליקליכע געפענגעניש וואס איז באשטאנען פון קליינע מיידעלעך ווי א שטייער פון די פשוטע המון עם – כלל ישראל. ווי ס’שטייט “ונפש אדם ששה עשר עלף ומכסם לה’ שנים ושלושים נפש” במדבר לא מ. און ווען נישט די זאכן וואלטן קלאר ארויסגעשריבן געווארן וואלט זיי שווער געווען צודערמאנען אויפ’ן צונג אפילו. וואס די כהנים און לוויים האבן געטוהן מיט די קליינינקע מדייני’לעך ווייסט איין באשעפער…
אט זעהן מיר פון דא אז דאס וואס די ארגון “יד לאחים” טוט זיך איזדעקעווען מיט די מיסיאנערישע ארגעניזאציעס איז נאך גארנישט קעגן וואס די תורה איז מתיר צוטוהן. א ציטער כאפט אן צו טראכטן וויאזוי די חברה’לייט וואלטן זיך אויפגעפירט ווען נישט די מורא פון פאליציי.
אבער נישט בלויז די מדיינים זענען מיר באפוילן געווארן צו הרג’נען נאר אלע זיבן פעלקער וואס האבן דאן געוואוינט אין ארץ ישראל יענע טעג. ווי ס’שטייט אין ספר החינוך מצוה תקכח: שהוזהרנו בלא תעשה שלא נחיה אחד משבעה עממים בכל מקום שנמצאם ונוכל להורגם בלי סכנה לנפשותינו ושבעה עממין הן, הכנעני והפריזי והחוי והיבוסי והחתי והגרגשי והאמורי וכו’ ואף על פ שהאמת כי דוד המלך הרג מהם רבים עד אשר כמעט כלה אותם ואבד זכרם עדיין נשארו מהן קצת שטבעו בין האומות, וכל מי שימצא מהם חייב לאבדם בכל מקום שהם” . עס איז גענוג ס’זאל נאר קומען עפעס א פוסק און זאל באשטימען אז דער אדער יענער פאלק איז צום דערקענען אלס אייניקלעך פון די זיבן פעלקער, און נישט בלויז ער איז מתיר זייער בלוט אין יעדן ארט אימער, נאר ס’איז נאך אסור מיט א ציווי דאורייתא, זיי צו לאזן לעבן! און ווער ס’הארגעט זיי נישט בכל מקום ובכל זמן איז עובר אויף א לאו דאורייתא!
און אויב וועט עמיצער פרעגן וויאזוי איז מעגליך? ס’שטייט דאך קלאר אין פר’ דברים כ יא: “כי תקרב אל עיר להלחם עליה וקראת אליה לשלום”?! שתי תשובות בדבר: איינס, אויב זיי ווילן שלום ווערט דאך די גאנצע שטאט אינטערטעניגט און אלע ברויכן זיין קנעכט וואס צאלן שטייערן, ווי ס’שטייט: “והיה אם שלום תענך ופתחה לך והיה כל העם הנמצא בה יהיו לך למס ועבדוך” און צווייטנס די שלום פונוואס מ’רעדט דא, איז געווען אז די בני ישראל האבן זיי געדארפט געבן דעם אויסוואל זיי זאלן מקבל זיין אויף זיך די שבע מצות בני נח ווי דער רמב”ן שרייבט אין דברים כ יא: ” הא אם עשו תשובה אינן נהרגים בשבעה עממים הוא, והתשובה הוא שיקבלו עליהם שבע מצוות שנצטוו בני נח “.
זעען מיר לויט דעם גאנץ קלאר וויאזוי עס ווערט מפורש דער פסוק “דרכיה דרכי נעם וכל נתיבותיה שלום” פשט איז: אדער דו ביסט מקבל וואס די תורה פארלאנגט פון דיר און דו קענסט לעבן אויף דעם אופן וואס איז ארויף געצווינגען געווארן אויף דיר. אדער איז דיין דין טויט; געפענגעניש; און קנעכטשאפט.
און נאך אלעם איז גארנישט קיין פלא דאס וואס אונזערע רבי’ס די פריערדיגע פוסקים שרייבן קלאר אז דאס וואס ס’שטייט אין די עשרת הדברות “לא תרצח” איז נאר אויף א איד געזאגט געווארן אבער נישט אויף א גוי. און אזוי איז מבואר אין רמב”ם אין הל’ רוצח פרק א הל’ א: “כל הורג נפש בן אדם עובר בלא תעשה שנאמר לא תרצח ואם רצח בפני עדים מיתתו בסייף” אבער ער האט עס מקדים געווען מיט דעם פסק אין פרק ב הלכה יא: “בראשונה מי שהרג גר תושב אינו נהרג עליו בבית דין שנאמר ‘וכי יזיד איש על רעהו’ (וכתב הכסף משנה : “במכילתא: רעהו להוציא אחרים”) און ס’איז איבעריג צוזאגן אז ער ווערט נישט געהארגעט אויף א עובד ע”ז!. און די טור אין יו”ד קנח שרייבט: בזמן שישראל על אדמתם כנענים שירדו לבור או למקום סכנה אין על הרואה אותם להעלותם וכו’ ומכל מקום לא היו מורידין אותם לבור בידים” און אויף דעם שרייבט דער ב”י: : “לאו למימרא שאסור היה להורידם אלא היינו לומר שאינו מצווה להורידם אע”פ שהם עוברים על שבע מצוות בני נח ומיהו היכא דמקיימין שבע מצוות משמע דאסור להורידן”.
וואס קומט ארויס פון די דינים וואס מיר האבן דא געשריבן איז דא דריי מדרגות אין עמיצער וואס הרג’ט דער וואס איז נישט קיין איד: איינס, אויב איז ער א גוי וואס היט די זיבן מצות דבני נח, איז ער נישט מחויב מיתה בידי בי”ד ווי איינער וואס הרג’עט א איד, אבער ער איז מחויב מיתה בידי שמים. צוויי, אויב איז ער א גוי וואס היט נישט די מצות בני נח (און מיר האבן נאכנישט געהערט פון א גוי וואס היט די שבע מצות בני נח) מעג מען אים הרג’נען כאטש ס’איז נישט קיין מצוה צו. די דריטע, אויב איז ער א גוי וואס היט ע”ז ממש (אזוי ווי מיר פאררעכענען היינט אלע וואס גלייבן אין די קריסטליכע גלויבן) איז א מצווה אים צו ערמארדן. און די רמ”א אין יו”ד קנח סעיף א שרייבט: “וכן מותר היה לנסות רפואה בעבד כנעני אם תועיל” אט האט איר א קלארע היתר על פי הלכה צו מאכן מעדעצינישע (מענגעלע) עקספערימענטן מיט צוואנג, אויף קנעכט וואס זענען פארקויפט פאר אידן.
און אויך די רב הראשי פון ישראל וואס באקומט זיין געהאלט פון די פרייע ציבור (א עולם וואס וועט אוודאי פארציטערט ווערן צו לייענען דיזע זאכן וואס שטייען געשריבן דא) שרייבט זיין דעת און באהאלט גארנישט: ער דרוקט עס, און שעמט זיך גארנישט עס צו מפרסם זיין ברבים. ווי הרב עובדיה יוסף שרייבט אין זיין ספר יחווה דעת ח’ ב’ סימן יד. וואו ער איז דן ביי א שאלת כהן וואס האט געהארגעט עמיצן אז ער טאר נישט דוכ’נען, אבער וואס איז די דין אויב האט ער גערצח’ט א גוי? און ער ענטפערט אזוי גלאט און פשוט: “נראה לי שכהן שהרג את הנפש שלא ישא כפיו זהו בהורג את ישראל וכו’ למעט כהן שהרג את הגוי וכו’ ואע”פ שמבואר שאין לסבב לגוים מיתה וכו’ אין הכוונה לומר שאסור להורגם, אלא לומר שאינו מצווה לסבב להם המיתה. וכם כן מאחר שמן הדין מותר להורגם פשיטא שאינו נפסל מנשיאות כפים.”
און אויב דו וואונדערסט זיך, וויאזוי קען זיין אז מענטשן יראי אלוהים זאלן שרייבן אזוי? די תירוץ איז, אז טאקע דערפאר וויבאלד זיי זענען יראי אלוהים דערפאר שרייבן זיי אזוי. וויבאלד א מענטש וואס גלייבט אז ער געהער צו אן עם הנבחר, און גלייבט אז די גאנצע וועלט וואס הקדוש ברוך הוא האט באשאפן, איז בלויז געווען וועגן איין ציהל, מ’זאל מקיים זיין תורה און מוצוות, גלייבט אויך אז אויב נישט, דארף די וועלט חרוב ווערן ווי ס’שטייט אין ספר האשכול הלכות רבנן: “הקדוש ברוך הוא שלא ברא את עולמו אלא על תורתו ועמו ישראל העוסקים בתורה, והתורה נקראת אמת שהוא חותמו של הקדוש ברוך הוא וכל העוסק בה הוא מקיים את העולם שאלמלא תורה לא נתקיימו שמים וארץ שנאמר: ‘אם לא בריתי יומם ולילה חוקות שמים וארץ לא שמתי’ “. ממילא דאס איז נישט קיין וואונדער אז דער וואס גלייבט דאס אלץ גלויבט אויך אז די איבריגע באשעפענישן, די וואס אנערקענען נישט במי שאמר והיה העולם, וואס האט געגעבן די תורה פאר דאס אידישע פאלק, ווערן בכלל נישט פאררעכנט ווי בריאות. די גוים (און אויך די אידישע אפיקורסים) זיי און זייער גאנצע קיום, צופרידנקייט, באשעפטיגונג, ווערק, און לעבן איז דאך פאררעכנט כאין וכאפס. א גארנישט! “נמשל כבהמות נדמו”. און אויב וועלן זיי נישט הארכן אונזערע באפעלן פאראייניגט, ברויך מען זיי אויסרייסן פון די וועלט.