
דער חזון איש שרייבט (הל’ טריפות סימן ה’ אות ג’) מיר טרעפן אין כתובים: אין לקיים אמיתת הרופאים נגד דברי חכמים אשר המה כמסמרות נטועים לעד – דו זאלסט נישט האלטן דעם אמת פון דאקטוירים קעגן די ווערטער פון די חכמים, וואס די ווערטער פון די חכמים זענען ווי פעסטע נעגל געפלאנצט אויף אייביג.
דער סבא פון קעלם שרייבט אין “מאורות הגדולים”, אז אין איין ווארט אינעם ספר שערי תשובה פונעם רבינו יונה, ליגט באהאלטן אלעס וואס דער חכם ‘אריסטו’ האט מחדש געווען אין פיליזאפיע דורך אויס זיין גאנצן לעבן! (אריסטו איז געווען דער ראש החכמים, די רמב”ם אליין שרייבט אויף אים געוואלדיגע שבחים (מורה נבוכים חלק ב פרק יד) “ולא אשגיח למי שדיבר זולת אריסטו, מפני שדעותיו הם הראויים להתבונן”)
זענען די חז”ל טאקע קלוגער ווי די חכמי העולם? האבן זיי טאקע פארשטאנען און געוויסט מער? לאמיר אריינקוקן אין הלכות טריפות, הלכות און פסקים וואס חז”ל האבן באזירט אויף זייער קענטשאפט אין די חיה און בהמה’ס גוף, און עס וועט זיך דייטליך ארויסשטעלן אז זיי האבן נישט געוויסט די פראסט-פשוטע מציאות.
איינע פון די מיני טריפות איז ‘דרוסה’ (א בהמה וואס ווערט באפאלן דורך א פארציקענדע חיה). די משנה אין חולין (דף מב) רעכנט אויס ‘דרוסת הזאב – אן אטאקע פון א וואלף’ אלס איינע פון די סימני טריפה. רש”י ערקלערט די אופן פון זיין אטאקע איז אז ער אטאקירטדי בהמה מיט זיינע נעגל און שיסט אריין א סם וואס פארברענט איר.
די גמרא (חולין נג ע”א) ערקלערט דעם ענין און לייגט צו, אז אויב די חיה אטאקירט די בהמה – אבער די חיה’ס הענט ווערט אפגעשניטן איידער ער עספיעט עס צוריק ארויסצושלעפן – איז די בהמה כשר, ווייל די סם גייט נישט אריין ווען עס אטאקירט, נאר ווען די חיה ‘שלעפט צוריק ארויס’ זיינע נעגל.
יעדער חדר אינגל ווייסט אבער אז א וואלף האט קיין סם נישט!! און די מציאות ווייזט אז א וואלף אטאקירט מיט די ציין און בכלל נישט מיט די נעגל!!
די רמב”ם שרייבט (הל’ שחיטה פרק ה, הלכה ג’): אעפ”י שכולן (מיני הטרפות) הלכה למשה מסיני הן, הואיל ואין לך בפירוש התורה אלא דרוסה החמירו בה וכל ספק שיסתפק בדרוסה אסור” – כאטש אז אלע מיני טריפות זענען געגעבן געווארן פאר משה’ן מסיני, אבער וויבאלד נאר דרוסה ווערט אפן דערמאנט אין די תורה, איז דרוסה געוואלדיג הארב.
און אויך אינעם כוזרי ווערט געברענגט דער גאנצן ענין פון דרוסה ווי אלס אן אויפווייזונג און סימן אז חז”ל האבן געהאט מציאות’דיגע ריאליסטישע ידיעות.
קומט אויס, אז אט די איינציגע טריפה וואס די תורה דערמאנט – און מיט וואס חז”ל טוען זיך אויף – איז גאר קיין מציאות נישט!
אין ספר מכתב מאליהו פון ר’ אליהו דסלר (כרך ד’ עמ’ 355) ווערט ער געפרעגט איבער דעם, און ער ענטפערט אז מען איז דאך נישט משנה די הלכה אפילו ‘די טעם הדבר איז נישט וואליד’.
הרב פרידלענדער (עורך הספר) ענטפערט גאר אז דרוסה איז נישט קיין סם. עס איז די שמוץ און אפפאל וואס זאמלען זיך אן צווישן די נעגל וואס דאס קען אריינדרינגען אן אינפעקציע אין די בהמה און עס טויטן. (נעמט אין אכט, אז ער איז מבטל די ווערטער פון די הייליגע גמרא וואס זאגט אז עס איז א סם!)
א שיין וועג ארויס הרב פרידלענדער. אבער אויב איז דאס ריכטיג, דאן פארוואס איז די בהמה כשר אויב די חיה קען נישט צוריק ארויסשלעפן זיין האנט? אויב איז שמוץ די פראבלעם, וואס איז דער חילוק אויב די חיה שלעפט ארויס צו נישט, די בהמה איז שוין אינפעקטירט די רגע די נעגל איז אריין.
און נאך מער, פארוואס איז עס טריפה נאר ווען די חיה אטאקירט מיט די האנט? שמוץ איז דאך אין די נעגל פיס אויך, וואלט דאך דרוסה ברגל אויך געדארפט זיין טריפה? (אנדערש ווי ביי סם, וואס סם קען זיין ארבעט נאר אין די הענט)
נאר וואס דען, דער גאנצער ענין פון סם ביי חיות – און אלע הלכות וואס חז”ל לערנען ארויס דערפון – האט נישט ‘קיין הענט און פיס’!
לאמיר ווייטער געבן א קוק אין חולין דף מ”ה ע”ב: “ניקב הלב לבית חללו טריפה, בעי רבי זירא לבית חלל קטן או לבית חלל גדול”. רש”י איז מפרש “חלל גדול חלל האמצעי ,חלל קטן הרבה חדרים קטנים יש לו סביב”, און אזוי איז אויך די ר”ן מפרש.
די רשב”א אין ‘תורת הבית’ שרייבט אז די הארץ האט דריי חללים, און אזוי ווערט אויך געפסק’נט אין שו”ע יו”ד סי’ מ’.
דער פאקט איז אבער אז א הארץ האט פיר און נישט דריי!!!
קומט דער “יד יהודה” אין הלכות טריפות (סי’ מ’) און פארענטפערט דעם רשב”א, אז די רשב”א איז זעט אויס נישט געווען באקאנט אין דעם, נאר ‘ער האט אזוי פארשטאנען פון די גמרא’. איין מינוט… קודם כל ביסטו מודה אז דער גדול הדור ווי די רשב”א איז זיך טועה. און נישט נאר דאס, נאר די טעות האט ער גאר גענומען פון די גמרא!
איז דאס א תירוץ? א פשרה? איך פארשטיי נישט.
נאך א דוגמא פון א טעות חזל אינעם פשוטען מציאות.
אין חולין (מ”ה ע”ב) “אמר אמימר משמיה דרב נחמן תלתא קני הוו, חד פריש ללבא וחד פריש לריאה וחד פריש לכבדא”, רש”י ערקלערט לאחר שהקנה נכנס לחזה מתפצל לשלושה” – די קנה ווערט צוטיילט אויף דריי, איינס צו הארץ, איינס צום לונג, און איינס צו די לעבער.
ווער עס האט אויגן אין קאפ ווייסט אז די קנה ווערט צוטיילט בלויז אין ‘צוויי’ און גייט נאר צו די לונגען! צו די רעכטע לונג און צו די לינקע.
דער יד יהודה אליין זעט איין אינעם טעות און שרייבט דאס אפן (פתיחה לסי’ מ’ – שם)” והנה תמיד הלכתי.. איך בין שטענדיג געגאנגען מיט’ן געדאנק אז די לעבער מיטן גארגעל האבן א פארבינדונג, ווייל רש”י דף מ”ה ע”ה זאגט דאך אזוי בפירוש. אבער איך האב אליין געזען – און די חכמי ניתוח ווייסן אויך – אז די גארגעל גייט נאר צו די לונגען אבער נישט צו די הארץ אדער לעבער.
לאמיר גיין ווייטער, דער ‘בעל התניא’ שרייבט (חלק א’ פרק ט’) “בחלל השמאלי של הלב שהוא מלא דם וכו’ וגם בלב בחלל הימיני שאין בו דם”.
עס איז אבער א באוויסטע זאך אז עס איז דא בלוט בחלל הימיני פונקט ווי ביים חלל השמאלי!
די רמ”א (יו”ד,סי’ מ’ – ג’) “אם לא נמצא (המחט) רק בסימפון הגדול שבלב…וכו’ -כשרה, דתלינן דנכנס דרך גרגרת לסימפון שבלב“. דרך גרגרת לסימפון שבלב? עס עקזעסטירט נישט אזא זאך!!
עס איז שווארץ אויף ווייס אז חז”ל האבן זיך נישט אויסגעקענט און נישט געהאט די פשוטע ידיעות און בקיאות.
אויף דעם זאגט די “יד יהודה” (שם): “אז זעט אויס אז זיי זענען נישט געווען גוט בקי אין פארשידענע ענינים. אבער זייער כבוד ווערט דאך נישט פארמינערט ווייל מיר געפונען די זעלבע זאך אין חולין (נ”ז ע”א) חזקיה אמר אין ריאה לעוף ורבי יוחנן אמר יש לו, און די גמרא זאגט דארט אז פון חזקיה’ס ווערטער קוקט אויס אז ער איז נישט בקי בתרנגולין.
וויי פארן קשיא און וויי פאר אזא תירוץ! נישט נאר די אחרונים האבן נישט געוויסט וואס זיי רעדן, נאר קוק חזקיה פון די גמרא האט אויך נישט געוויסט?!?! וואספארא פארענטפערונג איז דאס?
קען דען א משוגענער טענה’ן ‘לייגט מיר נישט אין משוגעים הויז ווייל מיין טאטע איז אויך משוגע’? נו גייטס ביידע!
קוק און שטוין ווי ווייט עס דערגרייכט די פוילקייט און בלינדקייט פון די היינטיגע פוסקים, אז זיי האבן ניטאמאל גענומען די מיה מבבר צו זיין די ענינים, נאר זיי פסקענען ווייטער הלכות געבויעט אויף די אלטע טעותים.
דער סטייפלער שרייבט (חולין סי’ י”ז) אז עס איז פארהאן אן אדער וואס גייט פון די לעבער צו די לונגען.
דער פאקט ווייזט אבער אז לא דובים ולא יער, עס איז נישטא אזא אדער!
טייערע ליינער, הבט וראה ווי עס ווערט אויפגעוויזן נאכאמאל און נאכאמאל אז חז”ל האבן נישט געוויסט פשוטע טבע און מציאות’דיגע זאכן. האבן די חז”ל מקבל געווען טעותים פון הר סיני?? חלילה וחס. מוז דאך זיין אז דאס זענען געווען זייער אייגן פארבריצירטע הלכות, און אויב איז דאס אייגנ’ס, תורה שבע”פ מה תהא עליה?
אונזערע תנאים ואמוראים ראשונים ואחרונים האבן נישט געוויסט די מציאות, זיי האבן נישט געהאט אפענע אויגן און נישט קיין רוח הקודש. וואלסטו בכלל זיך צוגעהערט צו דעם פערזאן וואס רעדט קעגן די מציאות? וואלסטו זיך אפערירט ביי א דאקטער וואס קען זיך נישט אויס אין דיין קערפער? זיכער אז נישט.
יעדער בר דעת פארשטייט אז חכמת אריסטו ליגט נישט באהאלן אין איין ווארט פון רבינו יונה און דברי חכמים זענען נישט כמסמרות נטועים לעד.