גאר אסאך מצוות זענען אנגעהאנגען אין די זמנים פון ‘עלות השחר’, ‘נץ החמה’, ‘בין השמשות’ אא”וו. זמנים פון כניסת ויציאת השבת איז זייער הארב אוזי ווי עס שטייט מחלליה מות יומת – בסקילה, און די זעלבע איז מיט יום כיפור און אנדערע ימים טובים.
זמן איז אויך זייער וויכטיג ווען עס קומט צו טאג טעגליכע מצוות ווי למשל הנחת תפילין וציצית, און בכלל זמני תפילה וכדומה.
און דעם קונטרס וועלן מיר אויסשמועסן די זמן פון “צאת הכוכבים” בלויז. צאת הכוכבים איז זייער א חשובע צייט, עס טיילט אפ בין אור לחושך, בין קודש לחול וכו’. און דער וואס האט פארשטאנד קען דאס אויסברייטערן אויך אויף די אנדערע זמנים ווי עלות השחר ונץ החמה וכו’.
וואס אונזערע חכמים האבן געזאגט איז געווען שכינה מדברת מגרונם, און זייערע ווערטער זענען דאך קודש קדשים אויף אלע דורות ווי הלכה למשה מסיני ממש. נו לאמיר זיך אריינטאן און פארשטיין וואס עס איז געווען די מציאות אין די אויגן פון חז”ל, וואס דורך דעם האבן זיי באשטימט די זמנים אויף הלכה למעשה.
די גמרא אין פסחים (צד עב): “חכמי ישראל אומרים, ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למעלה מן הרקיע. וחכמי אומות העולם אומרים, ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למטה מן הקרקע“.
און אזוי איז מסביר דער רבינו חננאל: “החמה מהלכת בלילה למעלה מן הרקיע מן המערב למזרח, וכשמגעת לחלון שזורחת ממנו לאלתר עולה עמוד השחר וחמה מהלכת בעוביו של רקיע, וכשתגיע לסוף עוביו של רקיע לצד הנראה לבני אדם מיד מנצת על הארץ, ומהלכת ביום כולו ממזרח למערב…וכן בשקיעה מהלכת חמה בעוביו של רקיע וכשתצא מעוביו של רקיע כולו מיד הכוכבים נראים“. (ביינאכט גייט די זון העכער די הימל פון מעריב צו מזרח, און ווען עס דערגרייכט דעם פענסטער פון ווי עס שיינט ארויס צו די וועלט, דאן איז ‘עלות השחר’, און די זון גייט אין די דיקקייט פון די הימל. און ווען עס קומט אן צו די סוף פון דיקקייט – צו די זייט פון אונזער וועלט – שיינט עס גלייך אויף, און גייט א גאנצן טאג פון מזרח צו מעריב. און די זעלבע איז ביים שקיעה, די זון גייט אריין אין די דיקקייט פון הימל צוריק ארויף, און ווען עס גייט ארויס פון דעם דאן קומען די שטערנס ארויס צום וועלט.)
חז”ל האבן געהאלטן אז די ערד איז רינדעכיג און פלאך אזוי ווי א טעלער, און די הימל איז ווי א רינדעכיגע קאפל וואס זיצט איבער דעם. און די ווענט פון די הימל זענען דיק.
בייטאג איז די זון אינעווייניג און ביינאכט אינדרויסן (“ביום חמה מהלכת למטה מן הרקיע ובלילה למעלה מן הרקיע”), דאס מיינט אז די זון גייט נישט ארום די וועלט, נאר עס גייט א גראדע וועג פון איין עק צום צווייטן אהין און צוריק און אזוי ווערט נאכט און טאג.
דאס דורכגיין די דיקקייט פון הימל, אינדערפרי אזי דאן די זמן צווישן עלות השחר און נץ החמה ,און ביינאכט די זמן צווישן שקיעת החמה לצאת הכוכבים.
ווי לאנג דויערט דאס אדורכגיין? די גמרא אין פסחים צד ע”א זאגט אז די זמן איז איין פרסא וואס דאס איז פיר מילין.
עס איז א מחלוקה איבער ווי לאנג די זמן פון א מיל איז, אדער 18, 22.5, אדער 24 מינוט. לאמיר זאגן אז מיר נעמען אן די קורצסטע צייט, איז דאס 72 מינוט (מיל-18*4=72).
ווי באקאנט, דער “רבינו תם” פסקנט טאקע אז מוצאי שבת איז 72 מינוט נאך די שקיעה.
עס איז איבריג אפילו צו זאגן אז די אלע זאכן זענען הבלי הבלים. די דעה פון חז”ל וויאזוי די וועלט קוקט אויס, האט קיין שום אמת און עס איז א פרעכע טעות און שטות. די מציאות און די ערעפלאנען וואס פליען ווייזט אויף אז די דמות העולם איז קיין פינטל נישט ווי חז”ל’ס בילד!! די זון איז נישט קיין קאפל וואס ‘באדעקט’ א פלאכע ערד און די הימל האט קיין דיקקייט! לא דובים ולא יער!
דער רבינו תם איז אבער נישט געווען דער איינציגער מיט דעם טעות, די צרה איז אז אלע ראשונים האבן זיך טועה געווען אין דעם.
דאס זענען די ווערטער פונעם ר”ן אין שבת (פרק ב’ ד”ה אמר רבה בר חנה): “תירץ ר”ת דשתי שקיעות הם . משתשקע החמה דשמעתין היינו מסוף שקיעת החמה כלומר משעה שנשתקעה ברקיע והיא עדיין כנגד חלונה ועדיין אינה מהלכת אחורי כיפה פני רקיע מאדימים כנגד מקומה ..”
און דאס איז די דעת פונעם ‘מרדכי’ אין שבת (פרק ב’): “משקיעת החמה שמתחלת לשקוע שנכנסת בעובי הרקיע וכשהחמה נכנסת מלמטה שמתחלת לעלות הכוכבים נכנסים מלמעלה ומתחילין לירד. גמרה עליתה שעברה עוביו של רקיע גמרו כוכבים ירידתן שעברו עוביו של רקיע ונראה כולן.” און אזוי האלט אויך די רמב”ן, די רשב”א און די יראים.
און דאס איז נישט קיין היינטיגע אויסטרעפונג, נאר א חלק פון דעם האט מען שוין גאר געוויסט בימי חז”ל. די יונים האבן געהאט א – טעות’דיגע אבער דאך מער נענטער צום מציאות’דיגן – בילד פון די וועלט, שוין 800 יאר ביפאר די חכמים!
אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן די חזל פון פסקנ’ען טעות’דיגע הלכות באזירט אויף זייער אייגן פארגרייזטע דעה אז די דון גייט ‘אדורך די הימל’.
און די צייטן פונען ‘בית יוסף’ האט מען שוין געהאט מער א קלארערע בילד איבער די וועלטס אויסשטעל וואס איז כמעט ענדליך צום בילד וואס מיר ווייסן היינט.
אין 1543, מער ווי 20 יאר איידער די שולחן ערוך איז געשריבן, האט שוין ‘ניקאלייעס קופערניקוס’ דער חכם אין אסטראנאמיע געשריבן די מערכת השמש.
אבער האט דאס געטוישט די חכמים’ס דעה? חלילה! זיי האבן פארמאכט זייערע אויגן און אויערן פונעם מציאות. און דער שולחן ערוך – 400 יאר נאכן רבינו תם – פסק’נט אין הל’ שבת (רסא סי’ ב’) אז די זמן צאת הכוכבים איז פיר מילין (72 מינוט) נאכן שקיעת החמה.
דער ווילנער גאון (בבאור בשו”ע רס”א) האט זיך זיין אייגן זמן אז צאת הכוכבים איז גאר 18 מינוט נאכן שקיעה. דער ‘חזון איש’ זאגט אז מען זאל ווארטן 40 מינוט נאכן שקיעה. הקיצור, יעדער פוסק האט זיך זיין אייגן דעה, איש על מחנהו ואיש על דגלו, און די גמרא איז ווי אינגאנצן אוועקגעפאלן.
און וואס איז מיט די אנדערע הלכה’דיגע זמנים ווי די עלות וכו’? וואס איז פארבליבן ווי די דברי חז”ל וואס ווי מיר זעהן האבן זיי זיך טועה געווען אין דעם. געוואלד!
אונזערע חכמים האבן פשוט נישט געוויסט די מציאות, און אפילו זיי האבן יא געוויסט האבן זיי זיך ניטאמאל געקימערט דערמיט, נאר זיך געהאלטן ביי זייערס.
די רבינו חננאל (פסחים צ”ד) איז אפילו מודה, אז כאטש די חכמי העולם האלטן אנדערש, קוקט מען דאך נישט אויף וואס זיי זאגן, נאר מען האלט זיך ביי אונזערס. (“ואעפ”י שהחוזים בכוכבים שבזמן הזה מדברים דברים המכחישין, לא משגחינן להו אלא אנו מזהרים דברי רבותינו כתקנם ולא לחוש לדברי זולתם”).
אין זיין ספר “זמנים בהלכה” (פרק מ”ו) שרייבט הרב חיים פ. בייניש שליט”א אזוי: “המנהג הכללי בארצות אירופה בעינייני ביה”ש וצה”כ היה עד שנת ת”ק לערך (1740 למניינם) ללא ערעור כשיטת רבינו תם, בין לקולא בין לחומרא. בתקופת 50 שנה לאחר מכן מוצאים אנו לראשונה רבים מגדולי ישראל בארצות אלו הנושאים ונותנים בהלכה זו…” אין הערה מס’ 3 מוטשעט ער זיך צו פארשטיין וואס האט צוגעברענגט אז מען זאל זיך אויפוועקן איבער דעם ענין.
די סיבה פארוואס מען האט זיך אויפגעוועקט איבער דעם ענין איז, ווייל עס איז ארויפקומען די תקופת ההשכלה, מען האט זיך אנגעהויבן אויפוועקן פונעם נא’איוון מצב און אנגעהויבן צו קוקן אויפן מציאות, ביז ווילאנג קען מען דען באהאלטן די מציאות? אמת מארץ תצמח!
רי”מ טוקצ’ינסקי ב”קול ישראל” (תרצ”ט, גליון מ”ב) שרייבט “ואחרי שנים אחדות בבא הרה”ג ר’ יצחק גולדברג רומ”ץ מינסק לירושלים ויכתוב אלי מכתבים נמרצים על אופן החשבון הזה ויאמר במכתביושהחשבון המוטעה הוא קצת חילול השם (!)”. (“הזמנים בהלכה” עמ’ קי”ז(
די חכמים’ס ווערטער זענען ‘נישט’ געווען משמים, נישט רוח הקודש און נישט שכינה מדברת, עס איז געווען אייגענע באשלוסן, געוואנדן לויט זייערע אייגענע דעות און החלטות, זיי האבן נישט געוויסט און נישט געקוקט אויפן מציאות.
אונזערע הלכות זענען געבויט אויף פרעכע פארגרייזטע טעותים, א חילול השם און אן איסור דאס נאצוטאן.
ווי עס שרייבט הרב ישעיה דטרני בתשובה ס’ב: “אך זאת איתי כל דבר שאינו נראה בעיני אי אמרה יהושוע בן נון לא ציתינא ליה“, א זאך וואס קוקט אויס צו זיין אומריכטיג, אפילו יהושע בן נון האט דאס געזאגט, טו איך עס נישט!!!
און ר’ חיים וואלאזשינער (רוח החיים על אבות פ”א מ”ד) “אסור לו לתלמיד לקבל דברי רבו כשיש לו קושיות עליהם ולפעמים יהיה האמת עם התלמיד”, א תלמיד טאר נישט מקבל זיין די ווערטער פון זיין רבי’ן אויב האט ער קשיות אויף דעם, ווייל אסאך מאל איז דער תלמיד גערעכט!