
והנה איש במני ישראל בא ויקרב אל אחיו את המדינית לעיני משה ולעיני כל עדת בני ישראל והמה בכים פתח אהל מועד וירא פנחס בן אלעזר בן אהרן וכו’ ויקח רמח בידו וכו’ וידקר את שניהם את איש ישראל ואת האישה” במדבר כה ו’
אין פרשת שלח ווערט מבואר אז אויב א מענטש נעמט זיך פאָר צו היטן די געזעצן פון די תורה, טאר ער נישט נאכפארשן און דערגיין אויב די תורת אלוקים איז טאקע ווירקליך אונזער תורה. און אין פרשת קרח זעהן מיר אז מען מעג הרג’נען א מענטש וואס איז מוחרם מצד דעם אויבערשטן אהן בית דין און אהנע עדים. אין פרשת חקת זעהן מיר אז אפילו ‘מעשי עבודה זרה’ איז מותר — אויב האט עס די תורה מתיר געווען. אין אין דעם פרשה וועלן מיר מבאר זיין אז על פי הלכה, איז דאס וואס די תורה זאגט אין בראשית ט’ ו’: “כי בצלם אלהים אתה את האדם” – נישט געזאגט געווארן אויף יעדען מענטש אויף דער וועלט. עס איז באקאנט די מאמר רשב”י אין מסכת יבמות סא ע”א: “וכן היה ר”ש בן יוחאי אומר וכו’ אתם קרויין אדם ואין עובדי כוכבים קרויין אדם”
זמרי בן סלוא האט זיך פארגלוסט אין א אשה מדיינית און ער האט געוואוינט מיט איר לעיני בני ישראל. פנחס די זוהן פון אלעזר האט גענומען א שפיז און ביידן דערשטאכן צום טויט אהן א דין ומשפט, און ער האט נאך באקומען שכר דערויף: “וידבר ה’ אל משה לאמר, פנחס בן אלעזר בן אהרן השיב את חמתי מעל בני ישראל וכו’ לכן אמר הנני נותן לו את בריתי שלום”. אמת, אז מ’טאר נישט מאכן אזא מעשה תאווה בפרהסיה, אבער טויט שטראף? אויף וואס? וועמען האבן זיי געשעדיגט? וויי איז צו א רעגירונג וואס טוט מאכן אזעלכע געזעצן פאר אירע בירגער. אַן אכזריות לשמה. נאך מער פונדעם: אדאנק יענע רשעות, קום נאר, געב א קוק וואס עס האט געשריבן דערויף הרב הערצאג דער רב הראשי פון ישראל – אין אונזערע טעג, ווען מ’האט אים אנגעפרעגט אויף א כהן וואס האט געהייראט א גויטע דורך א געזעצליכע אבער אויסלענדישע הייראט, אויב ס’איז כדאי איר צו מגייר זיין. צווישן די ווערטער וואו ער איז דן אינעם ענין שרייבט ער אזוי אין שו”ת היכל יצחק אה”ע א’ סימן יט: “דא אין אונזער נידון רעדט זיך דאך פון א בפרהסיא, וואו קנאים פוגעים בו, ווייל צוליב די אויסלענדישע הייראט וואס זיי האבן געמאכט אין חוץ לארץ, באקום דאס א דין פון בפרהסיא”
און די היינטיגע פארגעשריטענע אויפגעקלערטע צייטן, אין א מדינה פון געזעצן, קען אזאנס א רב הראשי שרייבן, און רופן פאר רציחה?! אט האט איר ווי ער פסק’נט ממש על פי תורתינו הקדושה, אז א איד וואס הייראט א גויטע מעג מען הרג’נען אין גאס, סתם אזוי, אהן א משפט, אהן עדים און התראה.!!
און דאס וואס מיר זעהן נישט אז ערליכע אידן זאלן דאס פאָרסירן און אויספירן טאג טעגליך, יעדן ארט וואו זיי וואוינען, איז צוליב וואס מיר האבן נישט צווישן אונז אזעלכע וואס ברענען באמת מיט א קנאות און שנאה אזאנס ווי פנחס, אבער ווער קען דען צוזאגן אז ס’וועט זיך נישט אויפשטעלן איינמאל אזא איינער וואס וועט שפירן א קנאי און זיי אפהרגענען? און אזאנס האט שוין טאקע פאסירט מער ווי איינמאל.
וויבאלד נישט בלויז עמיצער וואס האט חתונה מיט א גויטע אז זיין דין אז קנאים פוגעים בו, נאר אויך עמיצער וואס הייראט א אידישקע וואס איז כופר בתורה איז איר דין ווי א גויטע, און איר שיקזאל ע”פ דין איז אויך: קנאים פוגעים בבעלה!
אזוי ווי הרב עובדיה יוסף שרייבט אין זיין ספר יביע אומר חלק ג’ אה”ע סימן א: “וגדולה מזו אני אומר, נאך מער פון דעם זאג איך, אז אפילו אויב איז קלאר געווארן מיט עדות, אז די מאן און די פרוי זענען פריי געווען בשעת זייער הייראט, און נאך א שטיק צייט, האט ער תשובה געטוהן, און פארלאנגט פון זיין ווייב אז זי זאל נישט מער עובר זיין אויף תורת משה און יהדות וכו’, גייט זי ארויס אהנע כתובה וכו’. עכ”פ איז די זאך קלאר וכו’ אויב איז זי א מחללת שבת בפרהסיא אדער א אוכל נבלות להכעיס, איז נישטא קיין גרעסערע עוברת על דת פון דעם, און דאן האט זי א הלכה פון א גויע לגבי אלע דינים וואס זענען איר נוגע, און לדעת אסאך פוסקים, האט איר מאן וואס וואוינט מיט איר א הלכה פון א “בועל ארמית” וואס קנאים פוגעים בו”! אזוי שרייבט איינער וואס האט געדינט ווי א רב הראשי לישראל, וואס זיין וועידזש ווערט באצאלט פון די שטייערן פון דיזע פרויען טאקע – וואס זענען מחללות שבתות, און די דאזיגע וועלכע ער האט דן געווען — זיי, און זייערע מענער, – צו מיתה און א כתובה פארלוסט. וואויל איז אים וואס ער האט זוכה געווען צו טרונקען פון ביידע זייטן פון שיסל, אוחז בזה, וגם מזה לא הניח ידו, גם שתה מן הבאר וגם ירק אל תוכה.
סיי געטרונקען פון ברינען און אויך אריינגעשפיגן אין איר.
און ל’ לייענער, זאלסט וויסן, אז די דין “קנאים פוגעים בו” אהן א געריכט, אהן א בית דין, און דוקא בשעת מעשה, איז געווידמעט נאר פאר א בועל ארמית (עמיצער וואס הייראט א גויע) אדער א מומרת (א פרוי וואס האט ווידערשפעניגט) אבער די דין לויטעט אז מ’מעג הרג’ענען א “מומר” צו יעדן צייט, און אין יעדן פלאץ וואו נאר מעגליך, און ווי דער רמב”ם שרייבט אין הל’ רוצח פרק ד’ הלכה י’: “והאפיקורסין, והן שכופרים בתורה “והאפיקורסין, והן שכופרים בתורה ובנבואה מישראל מצוה להרגן, אם יש בידו כח להרגן בסייף בפרהסיא הורג, ואם לאו יבוא עליהן בעלילות עד שיסבב הריגתן, כיצד ראה אחד מהן שנפל לבאר, והסולם בבאר, קודם ומסלק הסולם ואומר לו הריני טרוד להוריד את בני מן הגג ואחזירנו לך וכיוצא בדברים אלו”
איבערזעצונג: די אפיקורסים, אדער די וואס גלייבן נישט אין די תורה, און די נביאים, איז א מצוה צו הרג’נען, אויב קען ער זיי הרג’נען בפרהסיא מיט א שווערד, הרג’ע! אויב נישט, זאל ער אנווענדן אלע טריקס, ביז ער וועט צופירן צו זייער טויט, למשל אויב זעט ער איינעם אריינפאלן אין א ברונען, און ס’איז דא א לייטער אינעווענדיג, זאל ער זיך יאגן ארויסצונעמען דעם לייטער, מיט’ן תירוץ אז ער דארף עס פאר זיין זוהן אים צוהעלפן אראפקריכן פון דאך, אבער ער ברענגט אים עס אט צוריק. וכדומה.
נישט בלויז רציחה ברשות התורה, נאר אפ’ כיטרע מיטלען, צופאנגען א אומשולדיגע מענטש און אים ערמארדן. ווייל וואס איז דען זיין זינד? אז ער איז א מענטש וואס טראכט אנדערש ווי דיר? ער גלייבט נישט אין תורה מן השמים? וואס איז?! זאל ער גלויבן וואס ער וויל. צודען קען עמיצען איינפאלן אז מ’קען אזוי איבערצייגן מענטשן צוגלייבן אין שוידערליכע מערדערייען אלס א גוטע אויסגעהאלטענע טאהט? אזוי איז די וועג צו באשיצן די אמונה?
אין די לעצטיגע יארן האבן פארשידענע פוסקים און רבנים מורה געהאט פאר אזעלכע וואס וועלן פרובן אויספירן למעשה די דאזיגע הלכות, דעריבער איז די חזו”א געגאנגען אין יו”ד הל’ שחיטה סימן ב’ סעיף טז: און ער שייבט “”ונראה דאין דין מורידין אלא בזמן השגחתו יתברך גלויה כמו בזמן שהיו נסים מצויין ומשמש בת קול וצדיקי הדור תחת השגחה פרטית הנראית לעין כל, והכופרים אז הוא בנליזות מיוחדות בהטיית היצר לתאוות והפקרות, ואז היה ביעור רשעים גדרו של עולם שהכל ידעו כי הדחת הדור מביא פורענויות לעולם ומביא דבר וחרב ורעב בעולם אבל בזמן ההעלם שנכרתה האמונה מן דלת העם אין במעשה הורדה גדר הפירצה אלא הוספת הפירצה שיהיה בעניהם כמעשה השחתה ואלימות ח”ו וכיון שכל עצמנו לתקן אין הדין נוהג בשעה שאין בו תיקון ועלינו להחזירם בעבותות אהבה ולהעמידם בקרן אורה במה שידנו מגעת”.
אין קורצן: היינטיגע צייטן ווי מ’זעט נישט אפן דער יד השם, און די שלעכטס וואס זינד ברענגט פאר די וועלט. וועלן אזעלכע ווילדע מעשים נאר קאליע מאכן, וויבאלד זיי וועלן אונז באשולדיגן אלס מערדער, דערפאר בלייבט נאר פאר אונז זיי צו פרובן מיט ‘אהבה’ מחזיר בתשובה זיין און זיי צוריק ברענגען אזוי ווייט, וויפיל מיר קענען. משא”כ אמאל ווען מ’האט אפן געזען די יד השם, און דאך האבן זיי זיך אפגעקערט, דאס הייסט א “ספעציעלע הפקרות”
דארף מען דא פארשטיין דעם חזו”א מיט עטליכע זאכן. ערשטנס, אַמער, ביי די תקופת הנביאים, האבן די אידן געזינדיגט אין גרויסן “עשו הרע בעיני ה’, אין די צייטן פון מנשה מלך ישראל האבן זיי פארגעסן די תורה, אין די תקופת עזרא האבן זיי מחלל שבת געווען און געהייראט גויטעס, אבער דאס אלעס איז נישט געווען קיין “אפענע הפקרות”… און דאס איז גענצליך אנדער פון היינט!?. נאך איז וויכטיג אנצומערקן, די חזו”א וואס האט איינגעזען אז מ’קען פשוט נישט מתיר זיין צו הרגענען מענטשן היינטיגע צייטן, איז געגאנגען און געטוישט די הלכה וויבאלד די סאציאלע געזעצן האבן זיך געטוישט. דאס איז דאך וואס מיר טענה’ן די גאנצע צייט. די חכמים זיי זענען די וואס זענען קובע וויאזוי די מענטשן פון זייער דור זאלן זיך פירן, און צומאל זאגן זיי “די מציאות האט זיך געביטן, אבער די הלכה נישט, און צומאל זאגן זיי ביידע האבן זיך געטוישט, אלזא וואס גייט דא פאר? אבער וואס ס’איז מיר טאקע שווער, איז דאס די חזו”א איז נישט געגאנגען מיט זיין “אהבה צוגאנג” אויף א שכל’דיגע אופן. ווער קען מסביר זיין, פארוואס ער האט בלויז מתיר געווען אז מ’דארף נישט הרג’ענען מחללי שבתות, אבער לעניין שחיטה און יין נסך איז זייער דין ווי אנדערע גוים. און דא האט ער נישט איינגעזען די זעלבע מסקנא, אז ליבערשט זאל מען מקרב זיין די פורצי גדר, מיט אהבה צוגאנג? א אהבה וואס ערלויבט נישט צו רייכן זיך א גלעזל וויין מיט א צווייטע איד, איז זעכער אן אהבה וואס איז תלויה בדבר.
יעצט, נישט בלויז מומרים און עובדי עבודה זרה זענען זייער בלוט הפקר, נאר אפילו סתם א גוי, און אפילו עמיצער וואס היט די זיבן מצוות בני נח איז זיין בלוט הפקר, אין די תורה’ס אויגן. אזוי שטייט אין שו”ע הל’ שבת סימן פון אות ב’ מיט א אנגענומענע פשטות: “כותית אין מילדין אותה בשבת”. און די טעם, וויבאלד פיקוח נפש איז דוחה שבת, נאר פאר דער וואס היט שבת. און די אנדערע? זאלן שטארבן! ביז דער משנה ברורה שרייבט אזש אין די פריערדיגע סימן. ער שרייט אויף די דאקטורים: “ודע דהרופאים בזמנינו אפילו היותר כשרים אינם נזהרים בזה כלל דמעשים בכל שבת שנוסעים כמה פרסאות לרפאות עובדי כוכבים ומזלות וכו’ ומחללי שבת גמורים הם השם ישמרנו”. און זיכער קומט זיך אויך זיי מצד הדין טויט שטראף, ווייל א איד צוראטעווען און איז זאגאר א חיוב, אבער א גוי? אזא איינער איז דאך אינן קרוין אדם. – נישט אנגערופן קיין מענטש?! (און פארשטיי אז די מענטשן פון וועמען די חפץ חיים רעדט, דאס די רופאים פארן זיי אויסצוהיילן אום שבת, און וועמען ער עקשנט זיך אזוי אנצורופן עובדי כוכבים ומזלות זענען באמת נישט עובדי כוכבים ממש, – די זוהן און לבנה אזוי ווי די דורות הקדמונים. דאס זענען דאך געווען די שכינים פונעם חפץ חיים, און דערפאר רופט ער זיי אזוי אן “עכו”מ כדי זיי זאלן נישט כאפן אז זיי מיינט ער)
קום און זעה ביז ווי ווייט די זאכן גייען.
ביביע אומר חלק ח’ או”ח סימן לח: “אודות רופא מובהק גוי שהיה אוהב ישראל, והציל והחיה כמה נפשות מישראל ממות לחיים, וגם נהג לטפל בחינם בחולים יהודים עניים בלא כסף ובלא מחיר, וחלה בחולי מסוכן בשבת ושלח לבקש מרופא ישראל לבוא אליו ולהקיז לו דם ואם ימנע מללכת אליו איכא איבה גדולה ויהפך לבבו להיות נוסף גם הוא על צרינו ויגמול לו רעה וגם ימנע מלטפל בחולים יהודים וכו’ (והתיר לרופא היהודי לחלל שבת לרפא את הרופא הגוי, בנימוק) שמכיון שהרופא ישראל אינו מתכוין בזה אלא כדי להציל עצמו ואת חולי עמו ישראל מסכנה וכו’ אין כאן איסור תורה יש להורות בכחא דהתירא”.
אין פרייע איבערזעצונג. בנוגע א דאקטער וואס האט געהיילט אסאך אידן אומזיסט, און ער איז מסוכנ’דיג קראנק געווארן, האט מען בלויז מתיר געווען א אידישע דאקטער צו גיין אים היילן אין שבת, וויבאלד אויב נישט וועט ער זיך צוריקהאלטן פון היילן אידן, און ער וועט נתהפך ווערן צו א שונא ישראל, און די תורה’לע איז ווייל דער רופא איז נישט מכוין צו היילן דעם גוי, נאר אנדערע אידישע קראנקע פון א סכנה, דערפאר איז נישטא קיין איסור תורה, קען מען פסקנ’ן להתיר, בכחא דהתירא. אלע זיינע זכותים און גוטע מעשים פון דעם חסיד אומות הועלם, האט קיין שום ווערט געטראגן, ווען ס’איז געקומען להלכה, און אויב מעג מען אים מציל זיין איז דאס נאר נאך עגאאיסטישע חשבונות און אייגענע קטנות’דיגע אינטערעסן. דער אידישער דאקטער וועט אבער נישט זאגן “ס’איז מיר אריינגעפאלן א געלעגנהייט און א זכות אין מיינע הענט, צו קענען באצאלן טובה תחת טובה פאר אזא ארנטליכער פיינער מענטש” נאר איז אבליגירט ע”פ הלכה אינזינען צוהאבן “בלויז מציל צו זיין זיך, און אנדערע חולי ישראל” ומה נאמר ומה נדבר? וואס זאלן מיר שוין זאגן??
נישט נאר די חסידי אומות העולם איז מען אזוי דן, נאר אלע מחללי שבת בפרהסיא האבן אזא הלכה. דאס מ’טאר נישט מחלל שבת זיין כדי זיי צוראטעווען. ווי דער משנה ברורה הל’ שבת שרייבט סימן שכט סעיף ד’: “ישראל בעל עבירות וכו’ אבל אם הוא להכעיס אסור להצילו אף בחול וכל שכן דאסור לחלל עליו שבת”, און אויב וועט עמיצער פרעגן, עס איז דאך דא ארטאדאקסישע דאקטוירים און אפ’ חרדישע וואס ארבעטן אין שפיטעלער אויך אין שבתים און ראטעווען די גויאישע חולים און אפ’ חולים וואס זענען פריי און וואס טוען מחלל שבת זיין בפרהסיא?!.
אבערווייז, מ’האט טאקע אנגעפרעגט עובדיה יוסף דעם שאלה. אין שו”ת יביע אומר חלק ח’ או”ח סימן לח: נשאלתי מרופאים יראי ה’ שעובדים בבתי חולים ציבוריים גם בשבת האם מותר להם לטפל בחולים נכרים שיש בהם סכנה המאושפזים בבתי חולים גם במלאכות דאוריתא?” וזאת היתה תשובתו: “נמצינו למדים שבזמנינו שיש חשש ליותר מאיבה בעלמא ואם ימנעו רופאי ישראל מלטפל בחולים נכרים בשבת ויניחום למות בחוליים יש בזה אף פיקוח נפש של ישראל כי בהודע הדבר לרופאים גוים יחדלו אף הם מלטפל בחולים יהודים”. היות היינט איז די חשש מער פון סתם איבה, וויבאלד ס’איז חשש פיקוח נפש, ווייל אויב וועלן זיי אויסגעפונען דערוועגן, וועלן זיי זיך אפהאלטן פון מטפל זיין מיט אונזערע חולים. ער רעדט נישט פון מענטשליכקייט, עטיק, רחמנות! בלויז קאלטע חשבונות צי ס’וועט זיך פאר אונז לוינען. ס’איז די זעלבע ווי ער זאל זאגן “א גוי? ראטעווען שבת? ניין! בעסער זאל ער שטארבן! אבער אויב וועט זיין שטארבן שאָטן אידן, איז דא א היתר אים צו באהאנדלען.
און אויף דעם האט איך צוגעגעבן די שו”ת ציץ אליעזר (רב אליעזר יהודה ולדנברג, יליד1917 ששימש כאב בית דין בירושלים) חלק ח’ סימן טו קונטרס משיבת נפש פרק ו’: “וכפי זה יוצא לנו המצאת עצה מחוכמת לציבור הרופאים החייבים לטפל עפ”י החוק העולמי המקובל אצל כולם גם בחולי עכו”ם שבגוונא שיש הכרח לעשות בשבת גם מלאכות דאורייתא אזי מדי הגישם הטיפול הרפואי לחולי עכו”ם שיש בהם סכנה יחשבו שכל כוונתם היא לא לעצם רפואת העכו”ם כי אם כדי להציל את עצמו שלא יענש חמורות על כך וגם להציל כלל ישראל וכו’ באופן שלמעשה לא יחשב כי אם כעובר על איסור דרבנן”.
אין קורצן טרעפט ער אויס א טריק פאר די רופאים דתיים, צו באהאנדלען די גוים, זיי זאלן טראכטן אז דאס גאנצע כוונה זייערע איז נישט בעצם צוראטעווען דעם גוי, נאר זיך מציל צוזיין ער זאל נישט באשטראפט ווערן, און גלייכצייטיג כלל ישראל וכו’ אזוי אז למעשה ווערט עס נאר פאררעכנט ווי ער איז עובר אויף א דרבנן. און פאר’ן זעלבן סיבה איז ער מתיר צוראטעווען א פרייער: “ובהאמור יצא לנו היתר כללי להגיש בזמננו ובמצב שאנו נמצאים כאן בעוונותינו הרבים טיפול רפואי הכרוך בחילול שבת דאורייתא גם למומרים לחלל שבת בפרהסיא וכו’ שאם רופא דתי יהין שלא להגיש טיפול כזה רופאים לא דתיים ימנעו כתגמול וכו’ ועל ידי זה יסתכנו”.
פארוואס איז מותר צו ראטעווען א פרייער אום שבת? נאר כדי צו פארמיידן די פרייע דאקטורים זאלן זיך נוקם זיין? דער ציץ אליעזר קען זיך בארוהיגן, פרייע דאקטורים האבן נאך אביסעלע מענטשליכקייט פארבליבן אין זיך, און קיינמאל וועלן זיי נישט מפקיר זיין א קראנקן צוליב סיי וועלכן סיבה ס’זאל נישט זיין. די ממשיכים פון דעם ציץ אליעזר קענען ווייטער פסק’ן מיט א רוהיג הארץ אז מהיום והלאה דארפן די רופאים שות”ומ מער נישט באהאנדלען די פרייע – קיין שלעכטס וועט נישט פאסירן צו זייערע געמיינדעס, אבער מיט זייערע געוויסן וועלן זיי זיך דארפן ספראווען.
אזוי דרייט מען איבער א געטליכע תורה, וואס האט “באשאפן דעם מענטש מיט’ן צלם דמות תבניתו” לויט איר באפעהל. על פי הלכה איז דער איינציגער וואס קען אנגערופן ווערן “מענטש” דער איד וואס איז שומר תורה ומצוות. צו קען דאס במציאות זיין דער רעליגעיזער געדאנק? אז פון ביליאנען מענטשן אויף די וועלט זאלן בלויז ארום איינס אהאלב מיליאן אידן ווערן פאררעכנט ווי מענטשן און די איבריגע ווי בהמות על פני השה? און דאס וואס שטייט אין די תורה ביי די מצוות שבין אדם לחבירו איז דירעקט נאר ווען זיין חבר איז אויך א שומר תורה ומצות? אנשטאט אן ענטפער וועלן מיר דא ברענגען וואס די הגהות מימוניות שרייבט אין הל’ דעות פרק ו’ הלכה ג’: “מצוה על כל אדם לאהוב כל אחד ואחד מישראל (ולא מן הגויים) כגופו שנאמר ואהבת לרעך כמוך ודוקא שהוא רעך בתורה ובמצוות אבל אדם רשע שאינו מקבל תוכחה מצוה לשנאותו שנאמר יראת ה’ שנאת רע ואומר הלא משנאיך ה’ אשנא וגו'”. ממש אזוי: א מצוה פיינט צוהאבן! און זיינע הענט האבן נישט געציטערט שרייבענדיג דאס?
מקור דעת אמת.